אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:אלגעמיינע אנווייזונגען פאר שרייבער"
(פארברייטערט) |
ק (שווערמער האט באוועגט בלאט באַניצער:שווערמער/המכלול:אלגעמיינע אנווייזונגען פאר שרייבער צו באַניצער:שווערמער/בלעטער/המכלול:אלגעמיינע אנווייזונגען פאר שרייבער אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 15:02, 27 דעצעמבער 2022
וואס זאל איך טון דא?
המכלול איז אן ענציקלאפידע וואס ווערט געשריבן דורך יעדער איינער. דער סוד פון די הצלחה פון אזא סארט ענציקלאפעדיע איז נישט אז עס זענע דא אסאך וואלונטירן וואס ארבעטן דערין, נאר אז יעדער איינער שטעלט צו פון זיינע בעסטע ידיעות און שענסטע טאלאנטן.
דערפאר, זענען די טעמעס וואס איר זאלט שרייבן און בארייכערן אט די טעמע וואס איר ליבט דאס מערסטע, און וואס איר קענט דאס בעסטע. באשרייב דיין רבי, חסידות, קהילה, שטאט און אינדוסטירע אין וועלעכע דו באשעפטיגסט זיך א.ד.ג.
אויב זענען דא קאפיטלעך היסטאריע אין וועלעכע דו האסט גרויס אינטערעסע און דו ליינסט און פארשסט אסאך דערוועגן, פרוביר עס צו באשרייבן. די זעלבע איז אויך גילטיג לגבי נייעסן אין וועלעכע איר זענט אריין געטון, פערזעליכקייטן וואס איר פאלגט נאך און סוגיות און מקצועות וואס איר לערנט.
טו דער פליכט איר קענט דאס בעסטע. אויב זענט איר א שרייבער, שרייבט די ארטיקלען. אויב קענסטו נישט אזוי גוט שרייבן, אבער דו קענסט גוט די אידישע שפראך, אויסלייג און גראמאטיק, זיי מגיה די ארטיקלען. אויב קענט איר ביידע נישט, אבער איר האט פילע ידיעות, קענט איר שרייבן רויע ארטיקלען און בעטן אנדערע זאלן עס צו פוצן.
איר קענט אויך צו שטעלן מקורות, לינקס, בילדער, רעקאדינוגען און וואס נישט דארט וואו עס פאסט אריין. איר קענט אויך סתם קומען געבן פידבעק פון א ליינערס פערספעקטיוו און אנווייזן דעם שרייבער וואו ער דארף מען מאריך און מסביר זיין, און וואו ער האט לכאורה איבער געטריבן. אזוי אויך, אויב קענט איר זיך אויס מיט די וויקי סינטעקס, קענט שיין אהערשטעלן די פארשידענע מוסטערן, קאטאגאריעס און אלעס ארום.
אין איין ווארט: טו און שרייב דאס וואס איר קענט דאס בעסטע און איז אייך דאס געשמאקסטע, דאס ווערט ברענגן רעזולטאטן מיט די בעסטע קוואלעטעט. פון אנדערן זייט, איז וויכטיג צו געדענקן אז די עיקר סערוויס וואס המכלול שטעלט צו איז אן ענציקלאפעדיע צום ליינען; ווען איינער שליסט זיך אן אין די רעדאציע, דארף דאס קומען בלויז פון די ווילן צו ביישטייערן און מיטטיילן זיינע ידיעות, און נישט זיך אונטער צו האלטן אדער פאראויסשטופן אן אגענדע. נעמט אין אכט אז עס זענען דא א רייע זאכן וואס המכלול איז נישט. און אויב האט איר נישט וואס צו טון – זייט מוחל און טוט עס נישט דא.
ארבעטן אויף אן ארטיקל
המכלול לעבט טאקע פון ביישטייערונגן, אבער רעזעווירט זיך די רעכטן צו קלויבן וואס אנצונעמען און וואס נישט. די ארטיקלען אין המכלול דארפן זיין אויפן העכסטן סטאנדארט, גוט געשריבן, קראנט און באלערנד. און פארשטייט זיך, אין א היימישע אידיש און מיט א תורה'דיגע בליק. מיר יאגן זיך נישט אין ערגעץ, און מיר וועלן ווארטן ווילאנג עס פאדערט זיך כדי די ארטיקלען זאלן זיין פון די בעסטע ווארע. ווען איר זעצט אייך שרייבן אן ארטיקל, הייבט אן אין א דרעפט, אדער אין א בלאט אין די פריווייטע געביט. עס איז טעכניש נישטא קיין נפקא מינה צווישן די צוויי אפציעס, אבער אין אלגעמיין זענען ארטיקלען אין די רעפט געביט אזעלעכע אויף וואס עטליכע מכלולאים ארבעטן אינאיינעם, און ארטיקלען און פריווייטע געביטן ארטיקלען וואס איר ווילט אליין שרייבן אן קיין שטער. שרייבן אן ענציקלאפעדישע ארטיקל, איז אנדערש אינגאנצן ווי סיי וועלעכע אנדערע שרייבווערק א היימישע שרייבער איז געוועליך געוואוינט, און עס פאדערט זיך מער צייט אין ישוב הדעת עס ריכטיג צו טון. געב אוועק כאשטיג א וואך צו ארבעטן אויף איין איינציג ארטיקל, און ארבעט בלויז אויף איינס אויפאמאל. פאלגענד זענען עטליכע פונקטן צו וואס מען דארף באזונגער מקדיש זיין צייט און מחשבה:
- ענציקלאפעדיש געשריבן – אנדערש ווי אן ארטיקל אין א צייטשריפט, דארפן די ארטיקלען אין המכלול זיין געשריבן טרוקן און תמצית'דיג, אנע שרייבערישע שילדערונגען און פארשידענע אנדערע רעטארישע מיטלען וואס זענען גאנגבאר אין די שרייבערישע וועלט. מען דערציילט נישט קיין מעשיות, מען וויקעלט נישט אויף א שקלא וטריא, און מען פארמיידט סלענגס און שפריכווערטער ווי ווייט מעגליך. מען וועט דערמאנען אן אנעקדאט נאר אויב עס געבט אן אינטעגראלע פארשטאנד איבערן נושא. יעדער שטיקל אינפארמאציע וואס איז עטוואס זייטיג דארף מען שוקל זיין צו מען זאל עס בכלל דערמאנען, און אויב יא, ווי אזוי און ווי דעטאלירט. צומאל דארף מען זיך איינהאלטן מיט אייזערנע קייטן.
- קורץ אבער באלערנד – מען קען נישט אויפהאלטן דעם ליינער צו לאנג, נאר איבערגעבן דאס מערסטע אינפארמאציע אין וויייגסטע וועטער; און פארט קלאר און פארשטענדליך. דאס ווערט באזונדער וויכטיג אין די אנהייב פון אן ארטיקל. צו לאנגע און פארצווייגטע זאצן זענען אויך נישט גוט. דערפאר, געבט אוועק מוח און מחשבה ווי אזוי זך אויסצודרוק און קורצע, און אינפארמאציע פולע זאצן. אויב טרעפט איר זיך איבער שרייבן די זעלבע זאץ נאכאמאל און נאכאמאל כדי עס צו מאכן קורצער, זענט איר אויף די ריכטיגע וועג.
- גאנצקייט – מען דארף זיכער מאכן אז די ארטיקל דעקט די טעמע פון אלע הינזיכטין און שטאנד פונקטן, און געבט א פולע און ברייטער בליק און די נושא. אן ארטיקל איבער א יום טוב דארף ענהאלטן די הלכות און מצוות דערפון, אבער אויך פארשידענע מנהגים, פנימיות על פי חסידות קבלה מסור און אידישע פילאזאפיע, און אויך די קולטורעלע איינכעלעגנהייטן. אן ארטיקל איבער א היסטארישע פיגור דארף ענהאלטן זיין ביאגראפיע, אויפטוען, אפשאצונגען און הערכה דורך שפעטערטדיגע פון פארשידענע שטאנדפונקטן, און אויך ערווענען ביכלעך, לידער און שפילן וואס זענען געשריבן געוארן איבער אים.
- סדר און אויסשטעל – אן ארטיקל דארף זיין גוט מסודר, און זיין געבויט לויט פארשידענע פרינציפן וואס קענען זיך אמאל אפילו סותר זיין, און עס פארדערט זיך שעפערישקייט עס אויסצושטעלן ריכטיג. אין אלגעמיין, וועלן מער צענטראלע און וויכטיגע פונקטן איבער א טעמע שטיין העכער אין בלאט, און די זייטיגע ווייטער. פון צווייטער זייט, דארף עס האבן אויך א לאגישע אויסשטעל און זיין מסודר לויט די ענינים וואס עס דעקט. און פון דריטן זייט, איז דא אמאל אויך כראנאלאגישע אספעקט דערצו מיט וואס מען דארף זיך רעכענען. "זיצט" אויף דעם ענין א היבשע וויילע, האבנדיג אינזין די ליינערס טובה.