אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאטאר"
ק (החלפת טקסט – "דאזיקער" ב־"דאזיגער") |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
| שורה 10: | שורה 10: | ||
[[קאטעגאריע:מאטארן| ]] | [[קאטעגאריע:מאטארן| ]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
רעוויזיע פון 14:13, 22 דעצעמבער 2022
א מאטאר איז א מאשין וואס פראדוצירט א באוועגונג דורך ענערגיע פון א געוויסער אריינגעבונג דערין. די ענערגיע קען קומען פון פארשידענע מקורות, ווי היץ, עלעקטריע, קאמפרימירטע לופט און עלאסטישע ענערגיע.
א היץ מאטאר, ווי למשל דער אינעווייניק-פארברענונג מאטאר, ברענט א ברענשטאף צו שאפן היץ וואס טוט ארבעט. אן עלקעטרישער מאטאר פארוואנדלט עלעקטרישע ענערגיע אין מעכאנישער באוועגונג. א פנעוומאטישער מאטאר ניצט קאמפרימירטע לופט און א געווערק־מאטאר (ווי אין אן אלטמאדישן זייגער) ניצט עלאסטישע ענערגיע. היינט ארבעטן רוב אויטאס דורך אן אינעווייניק-פארברענונג מאטאר.
אינזשענירן געבן זיך אפ מיט ענזשינס.
דער גרעסטער אינעווייניק-פארברענונג מאטאר וואס מ'האט נארווען געבויט איז דער ווערצילע־סולצער RTA96-C, א 14-צילינדער, 2-סטראק דיזל־מאטאר געשאפן פאר דער עמא מערסק, וואס איז געווען די גרעסטע קאנטיינער־שיף אין דער וועלט ווען מען האט זי אראפגלאזן אין וואסער אין 2006. דער דאזיגער מאטאר האט א מאסע פון 2,300 טאנען, און ווען ער ארבעט מיט 102 רעוואלוציעס א מינוט (1.7 Hz) פראדוצירט מער ווי 80 MW, און קען ניצן ביז 250 טאנען ברענשטאף אין א טאג.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
