אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אזאט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
שורה 31: שורה 31:
[[קאַטעגאָריע:נישט-מעטאלן]]
[[קאַטעגאָריע:נישט-מעטאלן]]
[[קאַטעגאָריע:גאזן]]
[[קאַטעגאָריע:גאזן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 20:28, 8 דעצעמבער 2022

N-TableImage.svg
פליסיקער אזאט שפייכלערן טאַנק

אַזאט אדער שטיקשטאף איז א נישט-מעטאלישער כעמישער עלעמענט, מיטן סימבאל N (לאטייניש: nitrogenium) און אטאמישן נומער 7. זיינער סטאבילע יאדערס אנטהאלטן 14 נוקלעאנען (7 פראטאנען און 7 נייטראנען). ער האט 5 עלעקטראנען אין דער אויסערוועניגסטער שאל.

לופט איז כולל בערך 78% אַזאט און 22% זויערשטאף.

אַזאט איז נישט גיפטיג. מען קען אטעמען אים אין דער לופט, אבער מען קען נישט אטעמען לויטערן אַזאט, ווייל ער האט נישט דעם זויערשטאף וואס איז נייטיק פאר אונז צו לעבן.

דניאל ראדערפארד האט דערפינדן אַזאט אום 1772.

ביי אטמאספערישן דרוק טוט אזאט קאנדענסירן (ווערן פליסיג) מיט א טעמפעראטור פון ‎77 K (-195.8) °C און ווערט פארפרוירן מיט ‎63 K −210.0) °C).

אפליקאציעס

אזאט גאז האט פארשידענע אפליקאציעס, איינשליסנדיק דינען ווי אן אינערטער פארבייט פאר לופט וואו אקסידאציע איז א חיסרון;[1]

  • ווי א מאדיפיצירטע אטמאספער, ריין אדער געמישט מיט קארבאן דיאקסייד, צו האלטן די פרישקייט פון איינגעפאקט עסן;
  • אין נארמאלע לאמפן ווי א ביליגער פארבייט פאר ארגאן.[2]
  • אין דער פראדוקציע פון עלעקטראנישע באשטאנדטיילן ווי טראנזיסטארן, דיאדעס און אינטעגרירטע קרייזן.מוסטער:Citation needed
  • די פאבריקאציע פון זשאווער־באווארנטן שטאל.[3]

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Emsley, p. 364
  2. Harding, Charlie, ed. (2002). Elements of the p Block. Cambridge: Royal Society of Chemistry. ISBN 978-0-85404-690-4.
  3. Gavriliuk, V. G.; Berns, Hans (1999). High nitrogen steels: structure, properties, manufacture, applications. Springer. ISBN 3-540-66411-4.{{cite book}}: CS1 maint: multiple names: authors list (link)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!