אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אדם בעל שם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(געשאַפן בלאַט מיט 'רבי אדם בעל שם (16-17'טן יארהונדערט) איז געווען א מקובל און בעל מופת, און איז בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט ספר שבחי בעל שם טוב. פילע היסטאריקער האלטן אז "רבי אדם בעל שם" איז א צונאמען פאר עמיצער אנדערש, און פארשידע...')
 
ק (טעות סופר)
שורה 1: שורה 1:
רבי אדם בעל שם (16-17'טן יארהונדערט) איז געווען א מקובל און בעל מופת, און איז בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט ספר שבחי בעל שם טוב.  
רבי אדם בעל שם (16-17'טן יארהונדערט) איז געווען א מקובל און בעל מופת, און איז בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי בעל שם טוב.  
פילע היסטאריקער האלטן אז "רבי אדם בעל שם" איז א צונאמען פאר עמיצער אנדערש, און פארשידענע שפעקולאציעס זענען אויפגעברענגט געווארן דערוועגן. משכיל'ישע פארשער האבן פרובירט צו זאגן אז ער באהאלט אונטער זיך א קשר צווישן חסידות און שבתאות אדער פראנקיזם.
פילע היסטאריקער האלטן אז "רבי אדם בעל שם" איז א צונאמען פאר עמיצער אנדערש, און פארשידענע שפעקולאציעס זענען אויפגעברענגט געווארן דערוועגן. משכיל'ישע פארשער האבן פרובירט צו זאגן אז ער באהאלט אונטער זיך א קשר צווישן חסידות און שבתאות אדער פראנקיזם.
אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה, וואס געבט איבער מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערע אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, איז געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם, און האט געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין די חערסאנער גניזה זענען דא עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.
אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה, וואס געבט איבער מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערע אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, איז געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם, און האט געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין די חערסאנער גניזה זענען דא עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.

רעוויזיע פון 19:33, 8 דעצעמבער 2022

רבי אדם בעל שם (16-17'טן יארהונדערט) איז געווען א מקובל און בעל מופת, און איז בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי בעל שם טוב. פילע היסטאריקער האלטן אז "רבי אדם בעל שם" איז א צונאמען פאר עמיצער אנדערש, און פארשידענע שפעקולאציעס זענען אויפגעברענגט געווארן דערוועגן. משכיל'ישע פארשער האבן פרובירט צו זאגן אז ער באהאלט אונטער זיך א קשר צווישן חסידות און שבתאות אדער פראנקיזם. אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה, וואס געבט איבער מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערע אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, איז געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם, און האט געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין די חערסאנער גניזה זענען דא עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.

לעבן און שאפן

דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז אין א ביכל געדרוקט אינעם 16'ען יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם[1], אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידנע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער. צווישן אנדערע ווערט פארציילט דארט אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצע פאלאץ פון שפאניע קיין פראג. דער געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט געברענגט אין שבחי בעל שם טוב אויך[2].לויט ווי עס שטייט דארט, איז ער געבוירן געווארן אין א שטעטל ווינג נעבן פראנקפורט. אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה, אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק, און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג איר אלט איז ער אריבער צום ישיבה פון רבי יואל בעל שם אין זאמאשטש, וואו ער האט געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה צדיקים נסתרים. די חבורה איז ארגענעל געגרינדערט געווארן דורך רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא, רבי יואל בעל שם האט פון אים איבערגענומען די פירערשאפט דערפון, און אין יאר תנ"ח האט רבי אדם איבערגענומען[3].

זיין שייכות מיט דער בעל שם טוב

לויט די ליובאווישטער מסורה, האט רבי אדם בעל שם בעל שם טוב זיך אפגעזאגט פון די פירערשאפט פון די חבורה צדיקים נסתרים, און עס איבערגעגעבן צום בעל שם טוב, לויט'ן אנווייזונגען פון אחיה השילוני[4]. ווי עס איז אבער משמע אין די חערסאנער בריוון, האט ער אים קיינמאל נישט באגעגנט[5]. אין שבחי בעל שם טוב ווערט דערציילט אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים אין סודות התורה און קבלה מעשיות. און האט איידער זיין פטירה געהייסן זיין זון עס איבערצוגעבן צו "ישראל בן אליעזר פון אקופ", וואס דאס איז געווען דער בעל שם טוב. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות ווי אזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה[2]. די בעל שם טוב האט אויך געהאט א תהילים פון רבי אדם בעל שם[6]. אין די חערסאנער גניזה, וואס ווערט אין אלגעמיין פאררעכנט פאלש[7], איז דא עטליכע בריוו אין וועלעכע רבי אדם דרוקט אויפן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן[8].

די יאר פון זיין פטירה

לויט די שבחי בעל שם טוב, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען די בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט[9], וואס קומט אויס צווישן שנת תס"ד און שנת תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידער דער בעל שם טוב'ס צייטן[6] אין די חערסאנער גניזה אבער, זענען די בריוון פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת תצ"ה[10].

זיין אידענטיטעט

רבי אדם בעל שם איז יארן געווען באקאנט בלויז פון די ספר שבחי בעל שם טוב, און קיין שום אנדרערע מקור איבער אים איז נישט געווען. אזוי ארום, האט דער חוקר שמואל אבא האראדעצקי געלייקנט די גאנצע מעשה[11]. רבי ראובן מרגליות האט אים אידענטיפיצריט מיט רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין, בעל מחבר ספר מרכבת המשנה אויף די מכילתא[11]. רבי דוד משה אברהם איז באקאנט געווען מיטן צונאמען אד"ם וואס איז די ראשי תיבות פון זיי נאמען, און דער בעל שם טוב האט ביי אים געטון שימוש חכמים[12]. אין טשערנאביל איז אנגענומען אז רבי נחום גאון, די זיידע פון רבי נחום טשערנאבלער, איז געווען רבי אדם בעל שם[13]. לויט אן אנדערע גירסא איז רבי אדם בעל שם רבי נחום שוסטאק, א זון פון רבי נחום גאון וואס איז געבוירן לאחר פטירתו.[14][15]. פראפעסאר גרשום שלום האט גע'טענה'ט רבי אדם בעל שם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר כתבים פון רבי העשיל צורף וואס די בעל שם טוב האט געהאט, וואס מתנגדים האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט שבתאי'שע אינהאלט[16]. הרב ראובן מרגליות, אברהם רובינשטיין און הרב יהושע מונדשיין[17] האבן שטארק קריטיקירט שלום'ס באהויפטונג, מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות. אין יאר תשכ"ג האט דער חוקר חנא שמרוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל[18], אז אין די 16'טע יארהונדערט איז געווען א בעל מופת רבי אדם בעל שם, און ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, און צוויי אזעלעכע ביכלעך געפונען זיך אין די בודילענער ביבליאטעק. דאס טוט פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט אייגנטליך יא עקזיסטירט[17]. דער פיגור האט אבער לויט דעם ביכל געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפאר 150 יאר איידער דער בעל שם טוב'ס צייטן[16].

  1. "איין מעכטיג שין מעשה", אראפגעברענגט בשלמות דורך משה הלל, בעלי שם, מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג. זייט 217 און ווייטער
  2. 2.0 2.1 רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב
  3. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה
  4. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט
  5. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ליקוטי שיחות כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס. זייט 333
  6. 6.0 6.1 מנחם מנדל בודק, סדר הדורות החדש, סאטמאר, תש"א. דף ב עמוד א
  7. יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז.
  8. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ב', ווארשא, תרצ"ו.
  9. רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א
  10. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט
  11. 11.0 11.1 יצחק אלפסי, "רבי ישראל בעל שם טוב - חייו ותורתו", שנה בשנה מ, היכל שלמה, תש"ס.
  12. יהודה ראטען, מרכבת המשנה, לעמבערג, תרנ"ה, הקדמת המביא לבית הדפוס.
  13. מקורות צוזאמען גענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", היכל הבעש"ט יג, היכל מנחם, תשס"ז. הערה 16
  14. בצלאל לנדוי, הבעש"ט ובני היכלו, בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ
  15. רבי חיים יוסף אריה פראגער, כתבי ר' יאשע שו"ב, עמוד קיא
  16. 16.0 16.1 גרשום שלום, "התנועה השבתאית בפולין", ישראל הלפרין (רעדאקטאר), בית ישראל בפולין ב, המחלקה לעניני הנוער של ההסתדרות הציונית, תשי"ד
  17. 17.0 17.1 יהושע מונדשיין, שבחי הבעש"ט, ירושלים, תשמ"ב. זייט 58
  18. חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש״ט", ציון כח. זייט 86–105.