אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלדד הדני"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "„" ב־""")
ק (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: וווּ ← וואוּ)
שורה 1: שורה 1:
'''אלדד הדני''' (אַרויסגערעדט: אֶלְדָד הַדָנִי) נאָמען פון אַ לעגענדאַרישן ייִדישן רייזנדער אין 9טן [[יארהונדערט|יאָרהונדערט]].
'''אלדד הדני''' (אַרויסגערעדט: אֶלְדָד הַדָנִי) נאָמען פון אַ לעגענדאַרישן ייִדישן רייזנדער אין 9טן [[יארהונדערט|יאָרהונדערט]].


ווי עס ווערט דערציילט אין די [[סיפורים]] וועגן אלדד הדני האָט ער זיך באַוויזן אין [[בבל|בבֿל]] און דערנאָך אין [[מצרים]] אין יאָר 880. ער האָט דערצײלט פאַר די ייִדן, אַז ער איז אַ ייִד פון [[שבֿט דן]], דעריבער הײסט ער "הדני“, און אַז זיין לאַנד געפינט זיך אין [[מזרח–אַפריקע]] נישט ווייט פון [[רויטער ים|רויטן ים]], לעבן [[אַביסיניע]]. דערביי האָט ער אויך דערצײלט לעגענדעס ווי אַזוי ער האָט זיך אַריבערגעקראָגן קײן בבֿל, פאַרשײדענע פאַסירונגען מיט [[שיף|שיפן]] און רויבערס, וואָס דערמאָנען ענלעכע לעגענדעס ביי אַנדערע [[פאלק|פעלקער]] אין [[מיטלאלטער|מיטלאַלטער]]. אלדד הדני האָט אויך אָנגעשריבן [[הלכה|הלכות]] פון [[שחיטה]] און [[טריפות|טריפות]]. די הלכות הײבן זיך אָן מיט די ווערטער "אמר רבּנוּ יהושע מפּי משׁה מפּי הגבֿוּרה“.
ווי עס ווערט דערציילט אין די [[סיפורים]] וועגן אלדד הדני האָט ער זיך באַוויזן אין [[בבל|בבֿל]] און דערנאָך אין [[מצרים]] אין יאָר 880. ער האָט דערצײלט פאַר די ייִדן, אַז ער איז אַ ייִד פון [[שבֿט דן]], דעריבער הײסט ער "הדני“, און אַז זיין לאַנד געפינט זיך אין [[מזרח–אַפריקע]] נישט ווייט פון [[רויטער ים|רויטן ים]], לעבן [[אַביסיניע]]. דערביי האָט ער אויך דערצײלט לעגענדעס ווי אַזוי ער האָט זיך אַריבערגעקראָגן קײן בבֿל, פאַרשײדענע פאַסירונגען מיט [[שיף|שיפן]] און רויבערס, וואָס דערמאָנען ענלעכע לעגענדעס ביי אַנדערע [[פאלק|פעלקער]] אין [[מיטלאלטער|מיטלאַלטער]]. אלדד הדני האָט אויך אָנגעשריבן [[הלכה|הלכות]] פון [[שחיטה]] און [[טריפות]]. די הלכות הײבן זיך אָן מיט די ווערטער "אמר רבּנוּ יהושע מפּי משׁה מפּי הגבֿוּרה“.


נאָך אַ געוויסער צייט איז אלדד הדני פאַרשוווּנדן גאוואָרן.
נאָך אַ געוויסער צייט איז אלדד הדני פאַרשוואוּנדן גאוואָרן.


די [[געשיכטע|סיפורים]] וועגן אלדד הדני זענען געווען זײער פאַרשפרײט.  דער ערשטער סיפור איז געווען געדרוקט אין [[מאנטוא]] פאַר דעם יאָר 1480. אלדד הדני ווערט דערמאָנט פון [[רבי]] חסדאי אבן שפרוט (אין 10טן יאָרהונדערט), און באַזונדערס אין דער באַקאַנטער [[תשובה|תשובֿה]] פון די אנשי קירואן צו [[רב|רבֿ]] צמח [[גאון]]. דער סיפור וועגן אלדד הדני איז געווען פאַרשפרײט אין מיטלאַלטער אויך ביי די [[קריסטן]]. וועגן אלדד זענען פאַראַן פאַרשײדענע מײנונגען.
די [[געשיכטע|סיפורים]] וועגן אלדד הדני זענען געווען זײער פאַרשפרײט.  דער ערשטער סיפור איז געווען געדרוקט אין [[מאנטוא]] פאַר דעם יאָר 1480. אלדד הדני ווערט דערמאָנט פון [[רבי]] חסדאי אבן שפרוט (אין 10טן יאָרהונדערט), און באַזונדערס אין דער באַקאַנטער [[תשובה|תשובֿה]] פון די אנשי קירואן צו [[רב|רבֿ]] צמח [[גאון]]. דער סיפור וועגן אלדד הדני איז געווען פאַרשפרײט אין מיטלאַלטער אויך ביי די [[קריסטן]]. וועגן אלדד זענען פאַראַן פאַרשײדענע מײנונגען.
שורה 11: שורה 11:
[[קאַטעגאָריע:באוווסטע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:באוווסטע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:לעגענדעס]]
[[קאַטעגאָריע:לעגענדעס]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 13:43, 8 דעצעמבער 2022

אלדד הדני (אַרויסגערעדט: אֶלְדָד הַדָנִי) נאָמען פון אַ לעגענדאַרישן ייִדישן רייזנדער אין 9טן יאָרהונדערט.

ווי עס ווערט דערציילט אין די סיפורים וועגן אלדד הדני האָט ער זיך באַוויזן אין בבֿל און דערנאָך אין מצרים אין יאָר 880. ער האָט דערצײלט פאַר די ייִדן, אַז ער איז אַ ייִד פון שבֿט דן, דעריבער הײסט ער "הדני“, און אַז זיין לאַנד געפינט זיך אין מזרח–אַפריקע נישט ווייט פון רויטן ים, לעבן אַביסיניע. דערביי האָט ער אויך דערצײלט לעגענדעס ווי אַזוי ער האָט זיך אַריבערגעקראָגן קײן בבֿל, פאַרשײדענע פאַסירונגען מיט שיפן און רויבערס, וואָס דערמאָנען ענלעכע לעגענדעס ביי אַנדערע פעלקער אין מיטלאַלטער. אלדד הדני האָט אויך אָנגעשריבן הלכות פון שחיטה און טריפות. די הלכות הײבן זיך אָן מיט די ווערטער "אמר רבּנוּ יהושע מפּי משׁה מפּי הגבֿוּרה“.

נאָך אַ געוויסער צייט איז אלדד הדני פאַרשוואוּנדן גאוואָרן.

די סיפורים וועגן אלדד הדני זענען געווען זײער פאַרשפרײט. דער ערשטער סיפור איז געווען געדרוקט אין מאנטוא פאַר דעם יאָר 1480. אלדד הדני ווערט דערמאָנט פון רבי חסדאי אבן שפרוט (אין 10טן יאָרהונדערט), און באַזונדערס אין דער באַקאַנטער תשובֿה פון די אנשי קירואן צו רבֿ צמח גאון. דער סיפור וועגן אלדד הדני איז געווען פאַרשפרײט אין מיטלאַלטער אויך ביי די קריסטן. וועגן אלדד זענען פאַראַן פאַרשײדענע מײנונגען.

דער היסטאָריקער אבֿרהם עפשטײן, אין זיין "מבוא“ צום ספור פון אלדד הדני, האַלט אַז עפעס איז פאַראַן אמת אין אלדדס מעשׂיות, אַז דאָס האָט אַ שײכות מיט די פאַלאַשן, די ייִדן וואָס האָבן אַ מאָל געהאַט אַ באַזונדערע מלוכה ביי אַביסיניע. גרעץ און אַנדערע האַלטן, אַז אלדד איז געווען אַ קאַראַיִמער מיסיאָנער און אַ שווינדלער. דאַקעגן יעקבֿ רײפמאַן האַלט, אַז אַזאַ אלדד הדני האָט גאָרנישט עקזיסטירט, נאָר מען האָט שפעטער געפעלשט אַזאַ סיפור, און אַז אויך די תשובֿה צו רבֿ צמח גאון איז געפעלשט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!