אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יידיש־ליגע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ייִדיש" ב־"אידיש")
ק (החלפת טקסט – "זײַנען" ב־"זענען")
שורה 33: שורה 33:
2020 - ביז הײַנט: ד"ר [[מרים טרין]].
2020 - ביז הײַנט: ד"ר [[מרים טרין]].


מיטאַרבעטערס זײַנען: [[גיטל שעכטער-ווישוואנאט|גיטל שעכטער־װישװאַנאַט]] - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפן שוועל װיכטיקע ייִדישע שרײַבערס ווי: [[רבקה באסמאן־בן ־חיים|רבֿקה באַסמאַן־בן־חײם]], [[אהרן גלאנץ־לעיעלעס|אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס]], [[יעקב גלאטשטיין|יעקבֿ גלאַטשטײן]], [[אברהם סוצקעווער|אַבֿרהם סוצקעװער]], [[רחל ה. קארן|רחל קאָרן]], [[מלך ראוויטש|מלך ראַװיטש]], און נאָך.
מיטאַרבעטערס זענען: [[גיטל שעכטער-ווישוואנאט|גיטל שעכטער־װישװאַנאַט]] - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפן שוועל װיכטיקע ייִדישע שרײַבערס ווי: [[רבקה באסמאן־בן ־חיים|רבֿקה באַסמאַן־בן־חײם]], [[אהרן גלאנץ־לעיעלעס|אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס]], [[יעקב גלאטשטיין|יעקבֿ גלאַטשטײן]], [[אברהם סוצקעווער|אַבֿרהם סוצקעװער]], [[רחל ה. קארן|רחל קאָרן]], [[מלך ראוויטש|מלך ראַװיטש]], און נאָך.


"'''ווערטער פון דער וואָך'''": ייִדיש ליגע פּובליקירט אַקטועלע טערמינאָלאָגישע רשימות אַמאָל מיט נײַע אָדער באַרבעטע-צוגעפּאַסטע ווערטער, אויף פייסבוק, טוויטער און אויפן אָפיציעלן וועבזײַטל, דאָס שטעלט די ייִדיש ליגע ווי דער איינציגע אָרגאַניזאַזציע הײַנט וואָס טרעפט אויס נײַע וועטער אָדער אַרבעט מיט ווײַטער באַשטימען ענטפערס פון שפּראַך פראַגעס וועגן ייִדיש.
"'''ווערטער פון דער וואָך'''": ייִדיש ליגע פּובליקירט אַקטועלע טערמינאָלאָגישע רשימות אַמאָל מיט נײַע אָדער באַרבעטע-צוגעפּאַסטע ווערטער, אויף פייסבוק, טוויטער און אויפן אָפיציעלן וועבזײַטל, דאָס שטעלט די ייִדיש ליגע ווי דער איינציגע אָרגאַניזאַזציע הײַנט וואָס טרעפט אויס נײַע וועטער אָדער אַרבעט מיט ווײַטער באַשטימען ענטפערס פון שפּראַך פראַגעס וועגן ייִדיש.

רעוויזיע פון 02:20, 8 דעצעמבער 2022

די ייִדיש־ליגע איז אַן אומפּאַרטיייִשע נישט־פּראָפיטיקע אידיש־אָרגאַניזאַציע, וואָס איז פאַרלייגט געװאָרן אין 1979 כּדי צוצושטעלן אַן אָרגאַניזאַציאָנעלן אונטערשפּאַר דער מאָדערניזירונג, נאָרמירונג און באַניץ פון דער ייִדישער שפּראַך אין אַלע אַספּעקטן פונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. די אָרגאַניזאַציע האָט מיטגלידער אַרום דער וועלט אין פאַרשידענע מדינות און קאָנטינענטן. דער הויפּט־ביוראָ געפינט זיך אין ניו־יאָרק.

אידעאָלאָגיע פון דער אָרגאַניזאַציע

די ייִדיש־ליגע איז אַ ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע וואָס אירע צילן זענען:

  • צו אינספּירירן מענטשן זײ זאָלן רעדן ייִדיש אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן
  • צו הײבן דעם פּרעסטיזש פון ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך, סײַ אין, סײַ מחוץ, דעם ייִדיש־שפּראַכיקן ציבור
  • צו אַגיטירן פאַר דער מאָדערניזירונג פון ייִדיש.

אין זכות פון אירע צילן איז די ייִדיש־ליגע אײנע פון די זעלטענע אָרגאַניזאַציעס אין דער הײַנטיקער שפּראַכיקער און קולטורעלער ייִדיש־סבֿיבֿה װאָס פירט אַלע אירע אַקטיװיטעטן, פּובליקאַציעס, טרעפונגען, און אַדמיניסטראַטיווע אַרבעט, כּמעט אין גאַנצן אױף יידיש.

געשיכטע

די ייִדיש־ליגע איז געגרינדעט געװאָרן אין 1979 דורכן לינגװיסט און אידיש־פּראָפעסאָר ד"ר מרדכי שעכטער, ווי אַ שפּעטערדיגע גלגול פונעם ייִדישע טעריטאָריאעליסטישע אָרגאַניזאַציע: די "פרײַלאַנד־ליגע", וואָס האָט געגלייבט און געשטיצט דעם געדאַנק פון אויפשטעלן אַ יידישע טעריטאָריע נישט דווקא אין ארץ־ישראל, און ייִדיש ווי דער עיקר ייִדישע שפּאַרך [1]. ווען ד"ר מרדכי שעכטער האָט פאַרשטאַנען אַז ס'זענען שוין נישט געבליבן אַסאַך מענטשן וואָס שטיצן דעם געדאַנק האקט ער אין 1979 געביטן די אָרגאַניזאַציעס נאָמען און צילן צו איר הײַנטיגער אומפּאַרטייישער נאָמען: "ייִדיש־ליגע", מיט דעם עיקר ציל צו שטיצן ייִדיש און ייִדיש קולטור, דורך שפּראַך־סטאַנדאַרטיזאַציע, דערמונטערן ייִדיש נוץ אין אַלע אַספּעקטן פונעם טאָג־טעגלעכן לעבן, און קולטור טו אויף ייִדיש [2].

הײַנט צו טאָג איז די פאָרזיצער פון דער עקזעקוטיװע: גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט ד"ר מרדכי שעכטערס טאָכטער [3].

טעטיקייטן

די זשורנאַל: אויפן שוועל

אויפן שוועל: די ייִדיש־ליגע גיט אַרױס צוויי טאָפּל־נומערן אַ יאָר אַ ייִדיש־שפּראַכיקן זשורנאַל מיטן נאָמען: אױפן שװעל. דער זשורנאַל גײט אַרױס זינט 1941 (דעמאָלט ווי דער אָרגאַן פון דער פרײַלאַנד־ליגע פאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע), דער זשורנאַל גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגװיסטיק דער זשורנאַל איז הײַנט צו טאָג געדרוקט קאָלירט, מיט פאָטאָגראַפיעס, און ברײטע גלאָסאַרן צו עטלעכע אַרטיקלען כּדי צוצוהעלפן דעם נײַערן לײענער. דער זשורנאַל האָט אַן ערך 800 אַבאָנעמענטן [4].

שעף רעדאַקטאָרן דורכן יאָרן:

1941 -1942: אברהם ראָזין (פסעוודאָנים: בן אדיר).

1942 - 1956: יצחק נחמן שטיינבערג.

1957 - 1979: ד"ר מרדכי שעכטער, לייבל באַיאָן.

1979 - 2005: ד"ר מרדכי שעכטער.

2005 - 2020: שבֿע צוקער.

2020 - ביז הײַנט: ד"ר מרים טרין.

מיטאַרבעטערס זענען: גיטל שעכטער־װישװאַנאַט - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפן שוועל װיכטיקע ייִדישע שרײַבערס ווי: רבֿקה באַסמאַן־בן־חײם, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, יעקבֿ גלאַטשטײן, אַבֿרהם סוצקעװער, רחל קאָרן, מלך ראַװיטש, און נאָך.

"ווערטער פון דער וואָך": ייִדיש ליגע פּובליקירט אַקטועלע טערמינאָלאָגישע רשימות אַמאָל מיט נײַע אָדער באַרבעטע-צוגעפּאַסטע ווערטער, אויף פייסבוק, טוויטער און אויפן אָפיציעלן וועבזײַטל, דאָס שטעלט די ייִדיש ליגע ווי דער איינציגע אָרגאַניזאַזציע הײַנט וואָס טרעפט אויס נײַע וועטער אָדער אַרבעט מיט ווײַטער באַשטימען ענטפערס פון שפּראַך פראַגעס וועגן ייִדיש.

ווערטערביכער און לערנביכער: ייִדיש־ליגע האָט ארויסגעגיבן דורכן יאָרן פאַרשידענע ווערטרביכער און לערן ביכער, די וויכטיקסטע איז דאָס "אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך" (פאַרלאַג בײַם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט/ ייִדיש־ליגע, 2016, און צווייטע אויפלאַגע 2021) — דאָס סאַמע מאָדערנסטע און ברייט־פאַרנעמיקסטע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך וואָס מע קען הײַנט קריגן. און בהדרגהדיק לייענוואַרג: מאָטל פּייסע דעם חזנס (ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע/עלסטערנוויק, אויסטראַליע: שלום־עליכם־קאַלעדזש, 2017), באַזירט אויף שלום־עליכמס מעשׂהלעך. און נאָך פּובליקאַציעס אויף ייִדיש וואָס ייִדיש ליגע פאַרקויפט אין דעם אָנלײַנקראָם [5].

ייִדיש ליגע האָט אויך ארויס געגעבן אַ דאָקומענטאַרער פילמען־פּראָיעקט — ,,אַ װעלט מיט װעלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס".

ייִדיש ליגע פירט כסדר דירעקט און אָנלײַן קולטורעלע פּראָגראַמען ווי: לעקציעס, אונטערנעמונגען, סעמינאַרן, אא"וו. ייִדיש ליגע פירט אויך אַקטיווע סאָציעל־מעדיע קאַנאַלן און בלעטער ווי אויף: יוטיוב, פייסבוק, טוויטער.

זעט אויך

וועבלינקן

הערות

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. לייענט: יצחק נחמן שטיינבערג, על מקומה של ה"פריילאנד" בחיים היהודיים, מארב, 28 באפריל 2012 (אויף העברעיש, איבערגעזעצט פון ייִדיש דורך ענגליש פון "אויפן שוועל" אָקטאָבער-נאָוועמבער 1948; איבערגעזעצט פון ענגליש צו העברעיש: נווה פרומר)
  2. די אָרגאַניזאַציעס צילן אויף אירע אָפציעלן וועבזײַטל
  3. דער פולע רשימה פונעם עקזעקוטיווע־מיטגליד אויפן אָפציעלן וועבזײַטל
  4. וועגן די געשיכטע פון אויפן שוועל לייענט: שבע צוקער,אויפן שוועל, גילגול פון אַ ייִדיש־זשורנאַלאויפן שוועל, נומער 352 - 353, זומער 2011
  5. ייִדיש ־ליגעס אָנלײַנקראָם