אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לעוו לונץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ייִדיש" ב־"אידיש")
ק (החלפת טקסט – "זײַנען" ב־"זענען")
שורה 7: שורה 7:
לעוו לונץ איז געבוירן געוואָרן, אויסעוואַקסן און דורכגעלעבט כמעט דאָס גאַנצע לעבן אין פּעטערבורג. זײַן פאָטער נתן לונץ, אַ פּוילישער ייִד, איז געווען אַ פּראָוויזאָר. זײַן מוטער אנע – אַ קאָנצערטן-פּיאַניסטקע. לעוו לונץ האָט פאַרענטיקט מיט אַ גאָלדענער מעדאַל אַ גימנאַזיע און זיך געלערננט אויפן היסטאָריש-פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם פּעטראָגראַדער אוניווערסיטעט. אין 1922 האָט לעוו לונץ פאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט און איז איבערגעלאָזט געוואָרן אויף דער קאַטעדרע פון די מערב-אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן פאַר וויסנשאַפטלעכער אַרבעט. חוץ רוסיש און [[אידיש]] האָט ער באַהערשט [[שפּאַניש]], [[אינטאַליעניש|איטאַליעניש]], [[ענגליש]], [[פראנצויזיש|פראַנצויזיש]], אַלט-פראַנצויזיש און [[העברעיִש]].
לעוו לונץ איז געבוירן געוואָרן, אויסעוואַקסן און דורכגעלעבט כמעט דאָס גאַנצע לעבן אין פּעטערבורג. זײַן פאָטער נתן לונץ, אַ פּוילישער ייִד, איז געווען אַ פּראָוויזאָר. זײַן מוטער אנע – אַ קאָנצערטן-פּיאַניסטקע. לעוו לונץ האָט פאַרענטיקט מיט אַ גאָלדענער מעדאַל אַ גימנאַזיע און זיך געלערננט אויפן היסטאָריש-פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם פּעטראָגראַדער אוניווערסיטעט. אין 1922 האָט לעוו לונץ פאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט און איז איבערגעלאָזט געוואָרן אויף דער קאַטעדרע פון די מערב-אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן פאַר וויסנשאַפטלעכער אַרבעט. חוץ רוסיש און [[אידיש]] האָט ער באַהערשט [[שפּאַניש]], [[אינטאַליעניש|איטאַליעניש]], [[ענגליש]], [[פראנצויזיש|פראַנצויזיש]], אַלט-פראַנצויזיש און [[העברעיִש]].


לעוו לונץ האָט דעביוטירט אַלס ליטעראַטאָר אין דער עלטער פון 18 יאָר .ער איז געוואָרן אַ מיטגליד און איינער פון אידעאָלאָגן פון דער אַ-פּאָליטישער (אונטערגעשטראָכן ניט קאָמוניסטישער) ליטעראַטור-פאַרייניקונג "סעראפּיִאָנס ברידער" (רוסיש – «Серапионовы братья»). צווישן די "סעראפּיִאָנס ברידער" זײַנען געווען וויכטיקע רוסישע שרײַבער, סײַ רוסן סײַ ייִדן: מיכאיל זאָטשענקאָ,  בנימין קאַווערין, [[מיכאל סלאנימסקי|מיכאל סלאָנימסקי]], וויקטאָר שקלאָווסקי, [[וולאדימיר פאזנער|וולאדימיר פּאָזנער]], קאָנסטאַנטין פעדין, ווסעוואָלאָד איוואַנאָוו און אַנדערע.  לעוו לונצעס שעפערישע טעטיקייט האָט געדויערט בלויז 5 יאָר. במשך פון אָט דער קורצער צײַט האָט ער אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי הויך טאַלאַנטירטע דערציילונגען, דראַמאַטישע ווערק און טעאָרעטישע אַרטיקלען. דער ייִדישער טעמאַטיק זײַנען געווידמעט לעוו לונצעס דערציילונגען "היימלאַנד" ("Родина") און "במדבר" ("В пустыне"). דער שרײַבער האָט מיטגעאַרבעט מיטן העברעישן טעאַטער "הבימה", וועלכער האָט געאַרבעט אין יענע יאָרן אין [[מאָסקווע]]. מע האָט אים אפילו פאָרגעשלאָגן ווערן דער ליטעראַטור פאַרוואַלטער פון דעם טעאַטער, אָבער די אידעע איז ניט פאַרווירקלעכט געוואָרן.
לעוו לונץ האָט דעביוטירט אַלס ליטעראַטאָר אין דער עלטער פון 18 יאָר .ער איז געוואָרן אַ מיטגליד און איינער פון אידעאָלאָגן פון דער אַ-פּאָליטישער (אונטערגעשטראָכן ניט קאָמוניסטישער) ליטעראַטור-פאַרייניקונג "סעראפּיִאָנס ברידער" (רוסיש – «Серапионовы братья»). צווישן די "סעראפּיִאָנס ברידער" זענען געווען וויכטיקע רוסישע שרײַבער, סײַ רוסן סײַ ייִדן: מיכאיל זאָטשענקאָ,  בנימין קאַווערין, [[מיכאל סלאנימסקי|מיכאל סלאָנימסקי]], וויקטאָר שקלאָווסקי, [[וולאדימיר פאזנער|וולאדימיר פּאָזנער]], קאָנסטאַנטין פעדין, ווסעוואָלאָד איוואַנאָוו און אַנדערע.  לעוו לונצעס שעפערישע טעטיקייט האָט געדויערט בלויז 5 יאָר. במשך פון אָט דער קורצער צײַט האָט ער אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי הויך טאַלאַנטירטע דערציילונגען, דראַמאַטישע ווערק און טעאָרעטישע אַרטיקלען. דער ייִדישער טעמאַטיק זענען געווידמעט לעוו לונצעס דערציילונגען "היימלאַנד" ("Родина") און "במדבר" ("В пустыне"). דער שרײַבער האָט מיטגעאַרבעט מיטן העברעישן טעאַטער "הבימה", וועלכער האָט געאַרבעט אין יענע יאָרן אין [[מאָסקווע]]. מע האָט אים אפילו פאָרגעשלאָגן ווערן דער ליטעראַטור פאַרוואַלטער פון דעם טעאַטער, אָבער די אידעע איז ניט פאַרווירקלעכט געוואָרן.


אין 1923 איז דער שרײַבער שטאַרק קראַנק געוואָרן. ער איז אַרויסגעפאָרן פון סאָוועטן-רוסלאַנד קיין דײַטשלאַנד, וווּ עס האָבן געוווינט זײַנע עלטערן, וועלכע האָבן עמיגרירט פריִער. נאָך אַ יאָר איז ער געשטאָרבן אין האַמבורג. טראָץ דעם קליינעם פאַרנעם פון לעוו לונצעס שעפערישער ירושה, איז זײַנען בײַטראָג אין ליטעראַטור געווען זייער באַדײַטנדיק. נאָך זײַן טויט האָט מען לעוו לונצעס ווערק קיינמאָל ניט פאַרעפנטלעכט אינעם ראַטנפאַרבאַנד ווײַל זיי זײַנען באַטראַכט געווען אַלס אַנטי-סאָוועטישע.
אין 1923 איז דער שרײַבער שטאַרק קראַנק געוואָרן. ער איז אַרויסגעפאָרן פון סאָוועטן-רוסלאַנד קיין דײַטשלאַנד, וווּ עס האָבן געוווינט זײַנע עלטערן, וועלכע האָבן עמיגרירט פריִער. נאָך אַ יאָר איז ער געשטאָרבן אין האַמבורג. טראָץ דעם קליינעם פאַרנעם פון לעוו לונצעס שעפערישער ירושה, איז זענען בײַטראָג אין ליטעראַטור געווען זייער באַדײַטנדיק. נאָך זײַן טויט האָט מען לעוו לונצעס ווערק קיינמאָל ניט פאַרעפנטלעכט אינעם ראַטנפאַרבאַנד ווײַל זיי זענען באַטראַכט געווען אַלס אַנטי-סאָוועטישע.


==ביבליִאָגראַפיע פון זײַנע ווערק==
==ביבליִאָגראַפיע פון זײַנע ווערק==

רעוויזיע פון 02:18, 8 דעצעמבער 2022

 

לעוו לונץ (רוסיש: Лев Натанович Лунц; פּעטערבורג, 1901 – האַמבורג, 1924) איז געווען אַ רוסישער פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג און פּובליציסט פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

לעבנסגעשיכטע

לעוו לונץ איז געבוירן געוואָרן, אויסעוואַקסן און דורכגעלעבט כמעט דאָס גאַנצע לעבן אין פּעטערבורג. זײַן פאָטער נתן לונץ, אַ פּוילישער ייִד, איז געווען אַ פּראָוויזאָר. זײַן מוטער אנע – אַ קאָנצערטן-פּיאַניסטקע. לעוו לונץ האָט פאַרענטיקט מיט אַ גאָלדענער מעדאַל אַ גימנאַזיע און זיך געלערננט אויפן היסטאָריש-פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם פּעטראָגראַדער אוניווערסיטעט. אין 1922 האָט לעוו לונץ פאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט און איז איבערגעלאָזט געוואָרן אויף דער קאַטעדרע פון די מערב-אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן פאַר וויסנשאַפטלעכער אַרבעט. חוץ רוסיש און אידיש האָט ער באַהערשט שפּאַניש, איטאַליעניש, ענגליש, פראַנצויזיש, אַלט-פראַנצויזיש און העברעיִש.

לעוו לונץ האָט דעביוטירט אַלס ליטעראַטאָר אין דער עלטער פון 18 יאָר .ער איז געוואָרן אַ מיטגליד און איינער פון אידעאָלאָגן פון דער אַ-פּאָליטישער (אונטערגעשטראָכן ניט קאָמוניסטישער) ליטעראַטור-פאַרייניקונג "סעראפּיִאָנס ברידער" (רוסיש – «Серапионовы братья»). צווישן די "סעראפּיִאָנס ברידער" זענען געווען וויכטיקע רוסישע שרײַבער, סײַ רוסן סײַ ייִדן: מיכאיל זאָטשענקאָ, בנימין קאַווערין, מיכאל סלאָנימסקי, וויקטאָר שקלאָווסקי, וולאדימיר פּאָזנער, קאָנסטאַנטין פעדין, ווסעוואָלאָד איוואַנאָוו און אַנדערע. לעוו לונצעס שעפערישע טעטיקייט האָט געדויערט בלויז 5 יאָר. במשך פון אָט דער קורצער צײַט האָט ער אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי הויך טאַלאַנטירטע דערציילונגען, דראַמאַטישע ווערק און טעאָרעטישע אַרטיקלען. דער ייִדישער טעמאַטיק זענען געווידמעט לעוו לונצעס דערציילונגען "היימלאַנד" ("Родина") און "במדבר" ("В пустыне"). דער שרײַבער האָט מיטגעאַרבעט מיטן העברעישן טעאַטער "הבימה", וועלכער האָט געאַרבעט אין יענע יאָרן אין מאָסקווע. מע האָט אים אפילו פאָרגעשלאָגן ווערן דער ליטעראַטור פאַרוואַלטער פון דעם טעאַטער, אָבער די אידעע איז ניט פאַרווירקלעכט געוואָרן.

אין 1923 איז דער שרײַבער שטאַרק קראַנק געוואָרן. ער איז אַרויסגעפאָרן פון סאָוועטן-רוסלאַנד קיין דײַטשלאַנד, וווּ עס האָבן געוווינט זײַנע עלטערן, וועלכע האָבן עמיגרירט פריִער. נאָך אַ יאָר איז ער געשטאָרבן אין האַמבורג. טראָץ דעם קליינעם פאַרנעם פון לעוו לונצעס שעפערישער ירושה, איז זענען בײַטראָג אין ליטעראַטור געווען זייער באַדײַטנדיק. נאָך זײַן טויט האָט מען לעוו לונצעס ווערק קיינמאָל ניט פאַרעפנטלעכט אינעם ראַטנפאַרבאַנד ווײַל זיי זענען באַטראַכט געווען אַלס אַנטי-סאָוועטישע.

ביבליִאָגראַפיע פון זײַנע ווערק

  • Вне закона. Пьеса // «Беседа», Berlin, №1, 1921
  • Обезьяны идут! Пьеса // «Веселый альманах», 1923
  • В пустыне // «Серапионовы братья», Berlin, 1922
  • Исходящая №37 // «Россия», 1922, №1
  • Почему мы Серапионовы братья // «Литературные записки», 1922, №3
  • Ненормальное явление // «Петербург», 1922, №3
  • Обольститель. В вагоне // «Мухомор», 1922, №10
  • Бертран де Борн. Пьеса // «Город», 1923, №1
  • Родина // «Европейский альманах», 1923
  • На Запад // «Беседа», №2, 1923
  • Патриот. Пьеса // «Красный ворон», 1923, №33
  • Город Правды. Пьеса // «Беседа», №5, 1924
  • Восстание вещей. Киносценарий // «Новый журнал», №79, 1965
  • Путешествие на больничной койке // «Новый журнал», №90, 1968

אויסגאַבעס אין ביכער-פאָרעם

  • «Родина» и другие рассказы, Иерусалим, 1981.
  • Обезьяны идут. С.-Петербург, 2003.
  • Литературное наследие. Москва, 2007.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!