אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:CFA פראנק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (אוועקנעמען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
שורה 11: שורה 11:
[[קאַטעגאָריע:וואלוטע]]
[[קאַטעגאָריע:וואלוטע]]
[[קאַטעגאָריע:אפריקע]]
[[קאַטעגאָריע:אפריקע]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 18:19, 5 דעצעמבער 2022

לענדער אין אפריקע וואו מען ניצט דעם CFA פראנק.
רויט: צענטראל אפריקאנער CFA פראנק (XAF)
גרין: מערב אפריקאנער CFA פראנק (XOF)

דער CFA פראנק (פראנצויזיש: CFA franc) איז דער געזעצלעכער צאלמיטל אין 12 לענדער פון אפריקע וואס זענען אמאל געווען פראנצויזישע קאלאניעס און אויך אין גינע-ביסאו (א געוועזענע פארטוגעזישע קאלאניע) און עקוואטארישע גינע (א געוועזענע שפאנישע קאלאניע). די פארקירצורענגען פון דער וואלוטע לויט ISO 4217 זענען: XAF פארן צענטראל אפריקאנער CFA פראנק און XOF פארן מערב אפריקאנער CFA פראנק. געזעצלעך זענען די צוויי CFA פראנקען באזונדערע וואלוטעס, אבער פראקטיש זענען זיי גאנץ ברייט אנגענומען ווי איין וואלוטע.

דער CFA פראנק האט א סטאבילן קורס קעגן דעם איירא: 100 CFA פראנק זענען ווערט איין פראנצויזישער פראנק = 0.152449 איירא.


נאמען

אין די יארן 1945-1958 איז CFA געווען די ראשי תיבות פון "פראנצויזישע קאלאניעס אין אפריקע" (פראנצויזיש: Colonies françaises d'Afrique). אין 1958 האט פראנקרייך אנגעהויבן געבן די קאלאניעס זעלבשטענדיקייט, און אין אנהייב די 60ער יארן איז דער נאמען אפגעטייטשט אנדערש : "פראנצויזישע געמיינדע פון אפריקע" (פראנצויזיש: Communauté française d'Afrique). זייט דער זעלבשטענדיקייט פון די לענדער טייטשט מען אפ די ראשי תיבות Communauté Financière Africaine (אפריקאנער פינאנציעלע געמיינדע).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!