אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאו'ס געזעץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (אוועקנעמען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
שורה 17: שורה 17:
[[קאַטעגאָריע:טערמינאלאגיע]]
[[קאַטעגאָריע:טערמינאלאגיע]]
[[קאַטעגאָריע:אויסדרוקן]]
[[קאַטעגאָריע:אויסדרוקן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 07:35, 29 נאוועמבער 2022

פא'ס געזעץ, על שם דעם ערפינדער פון דעם קאנצפעט נתן פא, לויטעט אז א פאראדיע פון עקסטרעמיזם וואס פארמאגט נישט קיין שום אנדייטונג אז דאס איז א פאראדיע (ווי א סמיילי צייכן וכדומה) קען פאררעכנט ווערן אלץ אמת'ע עקסטרעמיזם.

דער געזעץ גייט אויף פארקערט אויך. אמת'ע פונדאמענטאליזם אדער עקסטרעמיזם קען ווערן בטעות אויסגעטייטשט ווי א פאראדיע פון דעם פונדאמענטאליזם.

פאו'ס געזעץ איז באשאפן געווארן אין 2005 אויפן וועבזייטל christianforum.com דורך נתן פאו און א שמועס איבער קרעאציאניזם (בריאת העולם ווי פארציילט אין דער תורה). פאו'ס אריגענעלר זאץ ליינט ווי פאלגנד (אין יידשער איבערזעצונג):

"עס איז אוממעגליך צו מאכן א פאראדיע פון א קרעאציאניסט וועלכער איינער וועט נישט נעמען פאר ערנסט, אן א ווינקעדיגער סמיילי אדער סיי וועלכע אנדערע אפענע צייכן פון הומאר"

די סענטימענטן וועלכער פאו האט אויסגעדרוקט גייען צוריק אסאך פריער, לכל הפחות צו 1983 ווען דזשערי שווארץ האט אין א פאסט אויף יוזנעט געשריבן (אין יידשער איבערזעצונג):

"פארמיידט סארקאזם און קאמישע קאמענטארן - אן די פאסיגע שטימע און באוועגונגען, ווערן די דאזיגע [סארקאזם און קאמישע קאמענטארן] שלעכט אויסגעטייטשט. די זייטיגע שמייכל :-), איז געווארן ברייט אנגענומען אויפן אינטערנעט אלץ א וועג וויאזוי צו זאגן אז "איך מאך אן הלצה". אויב שרייבט איר א סאטיריש ארטיקל אן דעם סימבאל, נישט קיין חילוק ווי קלאר ס'איז פאר אייך אז דאס איז סאטיר, זייט ניטש ערשטוינט אויב מענטשן נעמען דאס אן ערנסט."

נאך א פרעצעדענט צו פאו'ס לאו איז געשריבן געווארן אויף יוזנעט אין 2001 דורך עלען מארגען:

"א גענוג גוטע פאראדיע וועט זיין אומדערקענבאר פון א אמת'ער kook".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!