אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שטרויס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 9: שורה 9:


[[קאַטעגאָריע:פויגלען]]
[[קאַטעגאָריע:פויגלען]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 22:46, 27 נאוועמבער 2022

א שטרויס

דאָס װאָרט שטרױס פאַררופט אױף אײן זגאַל אָדער צװײ זגאַלן פון גרױסע, ניט־פליִענדיקע פױגלען, װאָס האָבן זייער אָריגינעלן הײם אין אַפריקע. זײ זענען די אײנציקע מיטגלידער פונעם מין שטרױספױגלען (סטרוטיאָ אָדער Struthio), װאָס איז די אײנציקע אױסהאַלטנדיקע צװײַג פון דער משפּחה שטרױסן (סטרוטיאָנידעי, Struthionidae). זינט 2014 מאַכט מען אַ קאָנטראַסט צװישן דעם געװײנטלעכן שטרױס און דעם סאָמאַלישן שטרױס, וואָס איז איצט אַ באַזונדערער זגאַל.

דער שטרױס איז אַ טײל פון דער אָרדענונג לױף־פױגלען (סטרוטיאָניפאָרמעס אָדער Struthioniformes), בײַזאַמען מיט די קיװיס, די עמוס, די ניאַנדוס און די קאַסוּװאַרעס. ער האָט אַ באַזונדערען געשטאַלט, מיט אַ לאַנגן האַלדז און לאַנגע פיס, און ער קען לױפן ביז אַ גיכקײט פון בערך 70 קילאָמעטער אַ שעה, װאָס איז די געשװינדעסטע לאַנד־גיכקײט פון אַלע פױגלען. דער שטרױס איז אױך דער גרעסטער זגאַל פון אַלע לעבנדיקע פױגלען, און די נקבֿה לײגט די גרעסטע אײער פון אַלע לעבנדיקע פױגלען (די אױסגעשטאָרבענע העלפאַנד־פױגלן פון מאַדאַגאַסקאַר און די ריזיקע מאָאַס פון נײַ־זײלאַנד פלעגן לײגן גרעסערע אײער).

די דיעטע פונעם שטרױס באַשטײט לרובֿ פלאַנץ־מאַטעריע, כאָטש ער עסט אױך אָנשדרהדיקע חיות. ער לעבט אין אַ נאָמאַדישער גרופּע פון 5 ביז 50 פױגלן. ווען ער דערשנאַפּט אַ דראָונג, דער שטרױס װעט אַנטלױפן אָדער זיך פאַרשטעלן, ליגנדיק אױפן גרונט. אויב ער װערט געכאַפּט אין אַ װינקל, קען ער געבן אַ קאָפּע מיט זײַנע שטאַרקע פיס. די פּאָרונגצײַט־מוסטערן שײדן זיך אונטער לפי דעם געאָגראַפישן ראַיאָן, אָבער טעריטאָריעלע זכרים באַקעמפן צװישן אַנאַנד כּדי צו אײַנשאַפן אַ האַרעם פון צװײ ביז זיבן נקבֿות.

מען האָדעװעט שטרױסן אױף דער גאָרער װעלט, בעיקר כּדי צו נעמען זייערע פעדערן, װאָס זענען דעקאָראַטיװ. מיט די פעדערן מאַכט מען אױך פעדערװישן. מען באַנוצט די פעל כּדי צו מאַכן לעדערפּראָדוקטן, און מע פאַרקױפט דאָס פלײש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!