אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שאול בראך"
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט שאול בראך צו רבי שאול בראך: רב) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] | [[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:סלאוואקישע יידן]] | [[קאַטעגאָריע:סלאוואקישע יידן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:37, 27 נאוועמבער 2022
הרב שאול בראַך (כ"ט שבט ה'תרכ"ה – כ"ו שבט ה'ת"ש) איז געווען רב אין קאשוי. פאר דעם איז ער געווען רב אין קראלי און אין מאגנדארף.
ער איז געווען באקאנט אין זיין צייט אלס גרויסער גאון און פון די גרויסע בארימטע רבנים אין אונגארן.
ער האט ארויס געגעבן עטליכע ספרים ווי "משמרת אלעזר" דרושים, "ליבא בעי" על סוגית הש"ס, שאול שאול, אבות על בנים און נאך.
ביאגראפיע
שאול בראך איז געבוירן געווארן כ"ט שבט תרכ"ה אין נייטרא צו ר' אלעזר און זיין ווייב ליבא (פרידלענדער). אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט אין דער ישיבה אין חוסט ביים מהר"ם שיק. נאך זיין רבי'נס פטירה האט ער געלערנט אין מאטערסדארף ביים חתן סופר. ער איז געפארן צו די צדיקים פון בעלזא, סיגעט און צאנז.
זיין ערשטע רבנות שטעלע איז געווען אין מאגנדארף, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט סלאוואקיי) וואו ער איז געבליבן 18 יאר. דערנאך איז ער געווארן שטאטס רב 14 יאר אין קראלי (היינט רומעניע) און דערנאך 18 יאר אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי (היינט סלאוואקיי) ביז זיין פטירה. אין קאשוי האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה פאר הונדערטער תלמידים.
כ"ו שבט ת"ש איז ער נפטר געווארן. ער האט איבערגעלאזן א סך ספרים.
זיין ביאגראפיע איז ארויסגעגעבן דורך א תלמיד אין ספר שאול בחיר ה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!