אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קבלת שבת"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 30: | שורה 30: | ||
[[קאַטעגאָריע:שבת]] | [[קאַטעגאָריע:שבת]] | ||
[[קאַטעגאָריע:תפילות]] | [[קאַטעגאָריע:תפילות]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:28, 27 נאוועמבער 2022
קבלת שבת איז א גרופע פון קאפיטלעך פון תהילים און א פיוט וואס מען זאגט אין שול פרייטאג פארנאכט צווישן תפילת מנחה און מעריב, און מיט דעם באצייכנט מען דעם אנהייב פון שבת.
מקור פונעם מנהג
דער מנהג האט שוין א שורש אין דער גמרא, אין מסכת שבת (קיט ע"א), שטייט: "רבי חנינא מיעטף וקאי אפניא דמעלי שבתא (ער האט זיכט אנגעטון דעם טלית און איז געשטאנען ביים אריינקומען פון שבת), אמר: "בואו ונצא לקראת שבת המלכה". רבי ינאי לביש מאניה מעלי שבת (האט אנגעטו זיינע קליידער ווען שבת קומט אריין) ואמר: "בואי כלה בואי כלה"".
עס ווייזט אויס אז דער ערשטער מנהג איז געווען צו זאגן די קאפיטלעך צ"ב און צ"ג פון תהילים ('מזמור שיר ליום השבת' און 'ה' מלך') מיטן פרק "במה מדליקין" (דער צווייטער פרק פון מסכת שבת), שוין אין די טעג פון די גאונים.
דער מקור פונעם היינטיקן נוסח איז פון די מקובלים אין צפת, דער אר"י מיט זיינע תלמידים אין צפת. קורץ פארן זמן ווען שבת קומט אריין פלעגן זיי זאגן די ווערטער "בוא ונצא לקראת שבת המלכה" און זיי זענען ארויסגעגאנגן אין די ווייסע שבת קליידער צו א פעלד (וואס האט א רמז אין זוהר: "חקל תפוחין קדישין") כדי מקבל זיין דעם שבת. זיי האבן געזאגט פארשיידענע קאפיטלעך תהלים און געענדיגט מיטן פיוט "לכה דודי", וואס ר' שלמה אלקבץ, איינער פון די תלמידי אריז"ל, האט פארפאסט.
דער מנהג איז במשך די יארן געווארן פארשפרייט אין רוב תפוצות ישראל, אחוץ אטייל קהילות וואס האבן נישט געוואלט מקבל זיין קיין שום ענדערונגען אין דער נוסח התפילה. ביי אסאך אשכנזים איז דער מנהג אז דער חזן שטייט אויפן באלעמער ביי קבלת שבת, און נישט פארן עמוד. אנדערע טענה'ן אז דאס איז א זכר אז דער מנהג פון קבלת שבת געהערט נישט צום סדר פון דאווענען.
אינהאלט פון קבלת שבת
דער עיקר קבלת שבת איז צו זאגן זיבן קאפיטלעך תהילים כנגד די זיבן טעג פון דער וואך, אבער פאר קאפיטל צ"ב ('מזמור שיר ליום השבת') זאגט מען (אדער זינגט מען) דעם פיוט 'לכה דודי'. דער אינהאלט פון די קאפיטלעך באשרייבט דאס מלכות פונעם אייבערשער איבער דער וועלט און די באשעפענישן, דורך עטלעכע אויסדרוקן פון שמחה און לויב. דער אינהאלט פון 'לכה דודי' איז דער שבת, דער חורבן פון ירושלים און האפענונג פאר דער גאולה.
דער סדר פון די קאפיטלעך פון תהלים איז:
- מזמור צ"ה ('לכו נרננה')
- מצמור צ"ו ('שירו לה' שיר חדש')
- מזמור צ"ז ('ה' מלך תגל הארץ')
- מזמור צ"ח ('מזמור שירו לה' שיר חדש')
- מזמור צ"ט ('ה' מלך ירגזו עמים')
- מזמור ק' ('מזמור לתודה') - נאר ביי די ספרדים
- מזמור כ"ט ('מזמור לדוד, הבו לה' בני אלים')
- אנא בכח (אין א טייל קהילות)
- דער פיוט לכה דודי
- מזמור צ"ב ('מזמור שיר ליום השבת')
- מזמור צ"ג ('ה' מלך')
נאך קבלת שבת זאגט מען קדיש יתום.
סדר פון שבת | ||
---|---|---|
ערב שבת | ||
פרייטאג צונאכט | ||
שבת בייטאג | ||
מוצאי שבת (שבתע נאכט) |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!