א. די ליסטע דארף צו זיין פאר טבת, הגם עס האט זיך אנגעהויבן אלס ביישפיל. חמשה עשר בשבט קומט, אויב עפעס, אויף שבט.
ב. מ'האט געשמועסט אז מ'לייגט נישט צו שווערע ארטיקלען. דער ערך איבער חמשה עשר בשבט אויף העברי פארנעמט איבער פופציג טויזנט בוכשטאבן; איבער וויקיפעדיע איבער זעכציג טויזנט; איבער שי דזשינפינג קרוב צו זיבעציג טויזנט בוכשטאבן. אבער אויב האלטסטו אז זיי זענען גרינג, אדרבא, מלך באווייז!
ג. פארוואס מעקן עשרה בטבת, תרגום השבעים, הייך איבער ים פלאך? דער ציל איז נישט אז אלע ארטיקלען זאלן זאפארט געשריבן ווערן, זיכער נישט פון די ערשטע ביישפיל ליסטע. (הייך איבער ים פלאך וועט אפשר נאך בקרוב געשריבן ווערן, און "איינער" האט אמאל געבעטן אז מ'זאל עס שרייבן...)
דאס איז נישט קיין קריטיק. כ'וויל באמת פארשטיין דיין געדאנקנגאנג, אז ביי די קומענדיגע ליסטע זאל שוין אלעס זיין אינגאנצן קלאר.