שמועס:רב הונא בריה דרב נחמן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בריה דרב נחמן, חתן רב פפא?

איז פארהאן א מקור וואס שלאגט דירעקט אפ די טענה פון הרב היימאן? אויב יא, ביטע לייגט עס צו. דאס איז א קושיא וואס וועט קענען ארויפקומען פאר יעדן ליינער, וויאזוי דער באקאנטער רב נחמן, וועלכער האט נאך געלערנט ביי שמואל, האט געהאט א זון וואס האט נאך געקענט ווערן אן איידעם ביי רב פפא תלמיד תלמידו. (ולהעיר עוד פון כת"י מינכן, וואו די גירסא אין הוריות איז "רב חנין בריה דרב נחמן"). — צמא לדעתשמועס • כ"ט אב ה'תשפ"ג 11:16, 16 אויגוסט 2023 (IDT)

קודם כל זייער שיין אז די לערנסט דורך בעיון אזוי יעדן בלאט. לגבי די שאלה די פשוטע גירסא אין גמרא (און איך וועל פאבירן בע"ה זוכן - ווייל איך געדענק אז עס איז דא נאך וואס שרייבן דאס אויף אים) איז אז עס איז געווען רב הונא בריה דרב נחמן, און איך האב געברענגט א שם דוד וואס בויעט אויף דעם א גאנצע מהלך. הרב היימאן שרייבט א חידוש - און געווענדליך ביי ערכים פון אמוראים שרייבט מען זיינע חידושים אין זייט און נישט פארזיכערט (ווייל זיי זענען געבויט אויף השערות). אויב האלטסו אנדערש שרייב מיר - ווייל עס איז מיר זייער אינטערסאנט. נאר איך ~ שמועס ~ ל' אב ה'תשפ"ג ~ 04:08, 17 אויגוסט 2023 (IDT)
ריכטיג אז הרב היימאן שרייבט אסאך מאל חידושים אנדערש ווי דער פשטות, אבער כמדומה אז דאס מאל איז אן אויסנאם, והא ראיה אז די שוועריגקייט איז מיר גלייך אויפגעשפרינגען אויך אן דורכצולערנען דעם בלאט בעיון...
אדרבה, בואו חשבון: רב נחמן איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער, בשנת ד'ע"ט שפעטסטענס (לויט ווי געברענגט אין ספר הכריתות. לויט צמח דוד און ספר יוחסין איז עס געווען נאך פריער, בשנת ד'ס'); רב פפא האט אנגעהויבן פירן זיין ישיבה בשנת ד'קי"א. דאס טייטשט אז אויך אויב רב הונא איז געבוירן געווארן בשנת פטירת רב נחמן, א שטארקע חידוש פאר זיך וואס וואלט געדארפט האבן סימוכין, איז ער שוין געווען ווייניגסטענס 32 יאר (אדער גאר 51 יאר) ווען די מעשה האט געקענט פאסירן. און פון די אנדערע זייט, די גאנצע מעשה מיט "הונא בריה דרב נחמן" (אן רב) וואס האט פושט געווען פון א ברייתא, און די רעאקציע פון זיין רבי'ן "קם נשקיה ברישיה ויהיב ליה ברתיה", קוקט אסאך מער אויס אז מען רעדט פון א צורבא מרבנן וואס ווייזט צום ערשטן מאל אז עדיו לגדולות, און נישט אזא ערוואקסענער חכם.
אלזא, אויב האסטו א מקור וואס באציט זיך דירעקט צו די פראגע, און ער בלייבט פארט אז עס איז טאקע געווען בן רב נחמן כפשוטו וואס איז געווארן אן איידעם ביי רב פפא, וואלט געווען גאר גוט. אויב נישט, וועט מען זיך דארפן אביסל מתבונן זיין וויאזוי עס אויסצושטעלן. — צמא לדעתשמועס • ל' אב ה'תשפ"ג 13:42, 17 אויגוסט 2023 (IDT)
פאר איך טרעף א מקור. האב איך 2 הערות; 1. אין ערך אויף העבריש שטייט אז רב פפא איז שוין געבוירן ד'נו - און חוץ פון דעם איז אונזער רב הונא אויך נישט געווען א תלמיד פון זיין טאטע (אנדערש פון זיינע עלטערע ברודער) - נאר פון רב נחמן בר יצחק - א שפעטערער תנא, און א חבר פון רבא - פונעם דור פון רב פפא. אזוי אז עס גאנץ מעגליך ער זאל זיין א איידעם ביי רב פפא (עס קען זיין אז רב פפא איז נאך דעמאלס נישט געווען ר"י) (2. דא, צמח דוד שטייט אז עס איז געווען עפעס א רב פפא אינעם דור פון רב נחמן - אפשר ער?) נאר איך ~ שמועס ~ ל' אב ה'תשפ"ג ~ 17:41, 17 אויגוסט 2023 (IDT)
איבער 1, על זה גופא אני דן, פון וואו איז דער מקור אז ער איז געווען א תלמיד פון רב נחמן בר יצחק? (סדה"ד הקצר שרייבט אזוי, אבער פון וואו נעמט ער עס?)
כ'האף זיך אביסל אריינצולייגן אין דעם ענין, אבער כ'וועל לכאורה נישט קענען בעפאר קומענדיגע וואך. אויב קענסטו טרעפן מקורות וועט עס לכאורה גיין שנעלער...און א דאנק פאר דיין פיינע ארבעט אלעמאל! — צמא לדעתשמועס • ל' אב ה'תשפ"ג 18:51, 17 אויגוסט 2023 (IDT)
שוב ראיתי אז דער שערי תורת בבל (עמ' 381) איז אויך מצדד אז אין הוריות דארף מען גורס זיין "הונא מר בר נחמיה", אבער ער ברענגט אויך אויף א דריטע צד (אין עמוד 376), אז עס זענען געווען צוויי רב הונא בריה דרב נחמן: דער ערשטער, א זון פונעם באקאנטן רב נחמן, ווערט אויך אנגערופן הון בריה דרב נחמן (ווי אין יבמות לד, ב), ווידער דער צווייטער הונא בריה דרב נחמן (אן רב) איז געווען אן איידעם פון רב פפא, ולא קרב זה אל זה. ושוב מצאתי אין מנחת יהודה אויף הוריות, אז (דער צווייטער) הונא בריה דרב נחמן איז געווען א זון פון רב נחמן בר יצחק.
לאור כל זאת, וואלט איך מציע געווען אז די נושא זאל יא ארויסשטיין אין פנים הערך. עס זאל זיך אנהייבן מיט דעם אז ער איז געווען א זון פונעם באקאנטן רב נחמן (ווייל דאס איז א קלארע זאך אז עס איז געווען אזא רב הונא בריה דרב נחמן, ווי עס שטייט ארויס אין חולין), און בהמשך שרייבן אז לויט אונזער גירסא קוקט אויס אז ער איז געווארן אן איידעם ביי רב פפא (און צוצייכענען צום שם דוד וואס נעמט טאקע אזוי אן), אבער לויט טייל איז עס געווען א צווייטער - צי ווייל עס זענען געווען צוויי אמוראים מיט דעם נאמען, צי ווייל מען דארף גורס זיין אנדערש. וואס זאגט איר דערצו? — צמא לדעתשמועס • ה' אלול ה'תשפ"ג 12:12, 22 אויגוסט 2023 (IDT)
צמא לדעת איך האב היינט געטאנעט פאר מענטשן אז המכלול אויף אידיש איז אסאך מער איכותי ווי העבריש. ווייל זאכן וואס אין העבריש האט מיר קיינער נישט גארנישט פאראכטן, איש דא דא א צמא וואס גייט איבער בעיון יעדע נייע ארטיקל..... עכ"פ זאג מיר וואס איז יעצט - סגוט? נאר איך ~ שמועס ~ ה' אלול ה'תשפ"ג ~ 14:30, 22 אויגוסט 2023 (IDT)
א דאנק פאר דעם קאמפלימענט Face-smile.svg
עס קוקט אויס פיין, כ'האף בעז"ה היינט נאכט עס איבערצוגיין און אריבערפירן. — צמא לדעתשמועס • ה' אלול ה'תשפ"ג 17:27, 22 אויגוסט 2023 (IDT)