רוי:Tatoeba

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לאגא פון Tatoeba

Tatoeba.org (טאַטאָעבאַ) איז אַן אומזיסטע וועבזייטל וואס פארמאגט א זאמלונג פון ביישפיל-זאַצן איבערגעזעצט אויף אסאך שפּראַכן, געאייגנט פאר אזעלכע וואס ווילן זיך לערנען פארשידענע שפראכן. דער נאָמען שטאַמט פון דעם יאפאנעזישן טערמין "טאַטאָעבאַ" (例えば), וואָס באַדייט "צום ביישפיל". אנדערש פון אנדערע ווערטערביכער אויפן אינטערנעט, וואָס קאָנצענטרירן זיך אויף ווערטער, טוט זיך Tatoeba קאָנצענטרירן אויף גאַנצע זאַצן.

עס איז באזירט אויף דער Tanaka קארפוס (א גרויסער זאמלונג פון פאראלעלע זאצן אין ענגליש און יאפאנעזיש), צו וועלכע עס זענען צוגעלייגט געווארן פילע אנדערע שפראכן אנגעהויבן פון יאר 2006, אונטער דער פירערשאפט פון טראנג הו (Trang Ho).

ריכטיג צו ענדע יאנואר 2024, זענען פארהאן דערויף זאצן אין 422 שפראכן. די צען שפראכן מיט די מערסטע זאצן זענען: ענגליש, רוסיש, איטאליעניש, עספעראנטא, טערקיש, קעבייל (ענ'), בערבער (העב'), דייטש, פראנצויזיש, פארטוגעזיש, וועלכע פארמאגן אינאיינעם איבער 8,273,000 זאצן[1].

עס ווערט געשריבן דורך מענטשן וואס ביישטייערן צו דעם פראיעקט און עס ווערט אנגעפירט דורך א פראנצויזישע ארגאניזאציע פינאנצירט דורך נדבות.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!