רוי:013 נעטוויזשן

From המכלול
Jump to navigation Jump to search
טעקע:013.png
013 נעטוויזשן לאָגאָ

013 נטוויז'ן איז אַ ישֹראלדיקע פירמע וועלכע באַזאָרגט אינטערנעט סערוויסעס, לאָקאַלע טעלעפאָניע און אינטערנאַציאָנאַלע טעלעפאָניע און אויך IP טעלעפאָנען דורך די VoIP טעכנאָלאָגיע. די פירמע איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2007 פון אַ צונויפגאָס פון די פירמעס: 013 באַראַק, נעטוויזשן און גלאָבקאָל. אינעם יאָר 2009 האָט זי באַקומען רעכטן צו עפענען אַ טעלעפאָן ליניע מיטן פּרעפיקס 073 פאַרן עולם.

נעטוויזשן אַליין איז געגרינדעט געוואָרן אויגוסט 1994, און זי איז געווען די ערשטע אינטערנעט פאַרזאָרגערין פאַר היים קליענטן. 013 און גלאָבקאָל זענען געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1997.

דרויסנדע לינקס

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!