רוי:שלמה מאנדל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלמה מאנדל (י' תשרי ה'תר"ע 1909 - כ"ה אלול ה'תשמ"א 1981) איז געווען א חזן פון די גרויסע אין זיין דור, וועלכע האט במשך זיין לעבן געדינט אין ווילנע, ווארשע, קראקע און יאהאנעסבורג.

ביאגראפיע

שלמה מאנדל איז געבוירן אין צאנז, גאליציע יום כיפור תר"ע. זיין משפחה האט זיך שפעטער געצויגן קיין טארנע.

ער האט געזינגען צום ערשטן מאל ביים טיש פונעם שינאווער רב.

ער האט אנגעהויבן לערנען חזנות אין קאטאוויץ און אין ווארשע. פון דארט איז ער אויף די ראט פון משה קוסעוויצקי געפארן קיין ווילנע צו לערנען ביים בארימטן חזן דוד משה שטיינבערג וועלכער האט דארט געהאט א פאסטן.

ער איז געווארן חזן אין דער "טהרת הקודש" שול אין ווילנע, וואו חזן גלעזער האט דיריגרט דעם כאר.

פון ווילנע איז ער געגאנגען קיין ווארשע וואו ער האט געדאוונט אין דער נאזשיק שוהל און מוריה. דארט האט ער אנגעהויבן ארויסצוגעבן זיינע ערשטע פלאטעס. נאך צוויי יאר איז ער געגאנגען צו דער "אהבת רעים" שוהל אין קראקע וואו ער איז שטארק באריהמט געווארן און אנגעהויבן געבן קאנצערטן איבער אייראפע, האלאנד און ענגלאנד.

ער האט איבערגעלעהבט די קריג. און אין 1938 איז ער געגאנגען קיין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע וואו ער איז געבליבן חזן ביז ער האט פענסיאנירט און געפארן קיין ישראל אין יאהר תשל"ד וואו ער האט אפגעהאלטן עטליכע קאנצערטן וואס טייל זענען רעקארדירט געווארן.

ער איז נפטר געווארן אין יאהאנעסבורג און געברענגט געווארן צו קבורה אין ישראל.

שטימע

חזן מאנדל ווערט פאררעכנט אלס גרויסער זאגער מיט א שטארקער ווארעמקייט און חסידישן ברען.

קאמפאזיציעס

זייענדיג אויפגעוואקסן אין א חסידישער אטמאספער, דערקענט זיך עס שטארק אין זיינע קאמפאזיציעס.

  • אתה חונן
  • הנרות הללו
  • ועל ידי עבדיך
  • ושמור צאתינו
  • מקדש מלך
  • רבונו של עולם, יום כיפור קטן

וועב לינקען


רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!