רוי:שלום כ"ץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלום כ"ץ (נפ' תשמ"ב) איז געווען פאררעכנט צווישן די בעסטע חזנים אין דער תקופה פון נאכ'ן קריג.

לעבנסגעשיכטע

שלום כ"ץ איז געבוירן אין גרויסווארדיין, אונגארן, אין יאר תרע"ט. ביי די זיבן יאר אלט האט ער שוין אנגעהויבן צו זינגען אין א כאר. ער איז אויפגענומען צו זיין חזן אין קעשענעוו, בעסאראביע, און ער האט דארט געדינט אלס נשיא פון דער אגודת חזני בעסאראביע. ער האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט מלחמה און דערנאך איז ער געווארן הויפט חזן אין דער אחוה שול אין בוקארעסט. ער האט אויפגעטרעטן אויף קאנצערטן אין גאנץ אייראפע, און איז געווען זייער פאפולער.

שפעטער האט מען אים גערופן קיין אמעריקע צו זיין הויפט חזן אינעם בית הכנסת בית שלום דער גרעסטער שוהל אין וואשינגטאן די סי. אין 1950 האט ער באזוכט אין ארץ ישראל און ער האט אפגעהאלטן קאנצערטן איבער דער גאנצער מדינה. ער איז נפטר געווארן אין יאר תשמ"ב און ער האט איבערגעלאזט אסאך פון זיינע שיינע שטיקלעך רעקארדירט פון וואס מ'קען הערן זיין שיינע שטארקע שטימע.

ער ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די לעצטע פון די "גאלדן עידזש" חזנים.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!