רוי:שאפער-ליצענץ
Jump to navigation
Jump to search
דער אַרטיקל איז אַ יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "שאפער-ליצענץ".

א שאָפער-ליצענץ איז אַן אָפיציעלער דאָקומענט וואָס ערלויבט אַ פּערזאָן צו פירן אַ מאָטאָר פאָרמיטל ווי אַ מאָטאָציקל, אויטאָמאָביל, לאַסטאויטאָ אדער בוס.
געזעצן איבער שאָפער-ליצענצן
פאַרשידענע מדינות האבן פאַרשידענע געזעצן וואָס באַשטימען צי אַ פּערזאָן קען האָבן אַ שאָפער-ליצענץ. אין טייל פּלעצער דאַרף אַ פּערזאָן אַריבערקומען אַ שאָפער טעסט איידער באַקומען אַ שאָפער-ליצענץ, און אין אַנדערע פּלעצער ווערט אַ שאָפער-ליצענץ דערטיילט איידער אַז דער פּערזאָן נוצט דעם פאָרמיטל.
צום ביישפּיל, אין וויקטאָריע, אויסטראַליע דאַרף אַ מענטש:
- ווערן לפּחות 18 יאָר אַלט
- וואוינען אין וויקטאָריע
- אַריבערקומען אַן אויגן-טעסט
- אַריבערקומען אַ געפאַר-פאַרשטאַנד טעסט (אויף אַ קאָמפּיוטער)
- אַריבערקומען אַ פּראַקטישער טעסט צו באַווייזן אַז ער קען פאָרן אין זיכערהייט, קאָנטראָלירן דעם פאָרמיטל, פאָלגן טראַקט-געזעץ און באַטייליקן זיך מיט אַנדערע טראַקט-באַניצער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!