רוי:רבי צבי יוסף רובין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי יוסף רובין זצ"ל (ה'תרט"ו - חנוכה ה'תרפ"ט), רב אין יאסלא.

אפשטאם

רבי הירש יוסף איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ו, צו זיין פאטער הרב רבי אברהם יהושע העשיל רובין רב אין יאסלא, א זון פון הרב רבי אלימלך רובין, רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב רבי אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב שמואל זיינוויל בינדיגער

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי הירש יוסף אריבער וואוינען ביים שווער אין סאנוק, דארט האט ער געעפנט א פריוואטע באנק און אנגעפירט מיט גרויסע געשעפטן פון האלץ, וועלדער און גיטער.

אין יאר ה'תרמ"ח ווען זיין פאטער איז ארויף קיין ארץ ישראל האט דער פאטער באפוילן מ'זאל אויפנעמן רבי הירש יוסף אלס רב אין יאסלא, דער שינאווער רב איז געקימן צופארן מיט זיינע חסידים אויף שבת אנטיילנעמן אין זיין באקרוינונג.

הסתלקות

רבי הירש יוסף איז נפטר געווארן חנוכה ה'תרפ"ט.

פאמיליע

רבי הירש יוסף האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הנגיד הרב אביש קאנער, פון סאנוק. זייערע קינדער:

  • אברהם חיים הי"ד, צפורה הי"ד.
  • מרת דינה הי"ד, די ווייב פון הרב יואל היילפרין יאסלא רב אין ניו יארק.
  • מרת מרים, די ווייב פון הרב צבי הירש רובין.
  • מרת דינה, די ווייב פון הרב חיים ברוך רובין רב אין יאשניצא.
  • מרת רייזל די ווייב פון הרב מרדכי עפשטיין, פון ניישטאט.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!