רוי:רבי משה יחיאל הלוי עפשטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה יחיאל הלוי עפשטיין (ו' טבת ה'תר"ן - א' שבט ה'תשל"א) איז געווען שטאטס רב אין אזשעראוו, פוילן, און רבי פון די אזשעראווער חסידים. ער האט געשריבן די ספרים "אש דת" (חסידות, השקפה און מוסר) און "באר משה" אויף תורה און נביאים ראשונים.

ביאגראפיע

רבי משה יחיאל איז געבוירן אין אזשעראוו, קאנגרעס פוילן, אין תר"ן צו זיין פאטער, רבי אברהם שלמה הלוי עפשטיין, אב"ד אזשעראוו (שפעטער אזשעראווער רבי) און זיין מוטער רייצא מירל, א טאכטער פונעם כענטשינער רבי'ן, רבי חיים שמואל הורוויץ-שטערנפעלד.

ער האט געלערנט ביי זיין פאטער און ביי זיין זיידן, דער ערשטער אזשעראווער רבי. אין זיינע יונגע יארן פלעג ער לערנען צוואנציג שעה א טאג. ביי די 17 יאר האט ער געקענט דעם זוהר בעל פה.

אין תרס"ז האט ער געהייראט חנה, די טאכטער פון רבי עמנואל וועלטפרייד, דער פזשעדבארזשער רבי אין פאבעניץ-לאדזש. זי איז נפטר געווארן ט"ו אייר תרע"ט, ביי דער עלטער פון 29, פון בויכטיפוס וואס זי האט געכאפט ווען זי האט באהאנדלט מיט קראנקע. נאכדעם האט ער געהייראט קיילא, טאכטער פון רבי מנחם מענדל טענענבוים, א מורה הוראה אין וויעזשבניק. נאך שפעטער האט ער חתונה געהאט בזיווג שלישי שיינדל יוכבד, טאכטער פון הרב משה דוד לאנדא.

אין תרע"ב האט מען אים באשטימט רב פון אזשעראוו. נאך זיין פאטערס פטירה אין תרע"ח האט ער געפירט די אזשעראווער רביסטעווע, אין פאבעניץ, אזשעראוו און אטוואצק.

אין תרפ"ו האט ער אימיגרירט אין אמעריקע.[1]

ער איז געבליבן אין אמעריקע 27 יאר ביז י"ז תמוז תשי"ג ווען ער איז ארויף אין ארץ ישראל. ער איז געווען א מיטגליד אין, און שפעטער פארזיצער פון, דער מועצת גדולי התורה.

ער איז נפטר געווארן ראש חודש שבט תשל"א, און געברענגט צו קבורה אינעם שומרי שבת בית עולם אין בני ברק.

רעפערענצן

  1. לויט איין גירסא איז דאס געווען צוליב א מחלוקת וואס איינער האט געטענה'ט אז ס'קומט אים דאס רבנות פון אזשעראוו; האט רבי משה יחיאל געזאגט "כ'מוז אנטלויפן פון מחלוקת ווי פון פייער".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!