רוי:רבי לוי יצחק הורוויץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער באסטאנער רבי

רבי לוי יצחק הלוי הורוויץ (כ"ו אייר, תרפ"א - י"ח כסלו, תש"ע) איז געווען דער באסטאנער רבי, און דער ערשטער אדמו"ר וואס איז געבוירן אין אמעריקע.

משפחה

טעקע:Bostoner Rebbe LYH at age 4.jpg
דער באסטאנער רבי צו פיר יאר

רבי לוי יצחק איז געבוירן כ"ז סיון, ה'תרפ"א אין באסטאן, מאסאטשוסעטס צו זיין פאטער רבי פינחס דוד הורוויץ, דעם ערשטן באסטאנער רבי, און זיין מוטער רביצין שרה סאשע הורוויץ. ער איז געווען אן אייניקל (זיבעטער דור) פונעם בעל שם טוב.

אין זיין יוגנט האט ער געלערנט תורה ביי פריוואטע מלמדים. אין יאר תרצ"ד, פאר זיין בר מצוה, האט אים זיין פאטער געשיקט מיט זיין מאמען קיין ירושלים, כדי ער זאל זיין דארט ווען ער ווערט בר מצוה. זיין פאטער האט זיי נאכגעפאלגט שפעטער. לוי יצחק איז דעמאלסט אריין אין דער ישיבה "תורה ויראה" וואו ער האט געלערנט צוויי יאר. דערנאך איז ער צוריק קיין באסטאן וואו ער האט געלערנט מיט פריוואטע מחנכים ביז זיין פאטער האט אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה "תורה ודעת" אין ניו יארק. ער האט באקומען התרת הוראה פון רבי שלמה היימאן.[1]

אין יאר תש"ב, עטליכע חדשים נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער חתונה געהאט מיט רייכל אונגער פון קליוולאנד, אהייא,[2] א טאכטער פון רבי נפתלי אונגער הי"ד, דער ניימארקער רב, אן אייניקל פון רבי מרדכי דוד אונגאר פון דאמבראוו און רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ. זי איז אדאפטירט געווארן דורך רבי מאיר לייפער פון קליוולאנד. די רביצן איז אים בייגעשטאנען ביי זיין עבודה ביז איר פטירה אין תשס"ב. דערנאך האט ער חתונה געהאט זיין זיווג שני, יהודית, וואס האט אים איבערגעלעבט.[1]

זייערע קינדער זענען:

זיין רביסטעווע

רבי לוי יצחק האט איבערגענומען זיין פאטער'ס הויף אין באסטאן. ער האט שטארק מקרב געווען סטודענטן אין די פארשידענע אוניווערסיטעטן וואס געפינען זיך אין און נאנט צו באסטאן. ער האט אויך אויפגעשטעלט די ארגאניזאציע "רופא" צו שטיצן אידן וואס זענען געקומען קיין באסטאן פון איבער דער גארער וועלט צו די גרויסע שפיטעלע און דאקטוירים אין באסטאן.

אין תשמ"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן א בית מדרש אין דעם נייעם געגנט הר נוף, ירושלים וואס איז היינט א גרויסער צענטער פון באסטאנער חסידות.

אין תשנ"ד איז ער געווארן א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אמעריקע.

זיין פטירה

דער באסטאנער רבי איז נפטר געווארן שבת פ' וישלח, י"ח כסלו, ה'תש"ע, אין ירושלים.[3]

פריערדיגער:
פינחס דוד הלוי הורוויץ
באסטאנער רבי
ה'תש"ד - ה'תש"ע
נאָכפאלגער:
פינחס הורוויץ (ניו יארק)
מאיר אלטער הורוויץ (ירושלים)
נפתלי הורוויץ (באסטאן)

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 אידישע טריבונע, לאנדאן, אויסגאבע 2002, כ"ג כסלו תש"ע
  2. די באסטאנער רביצין
  3. Ronen, Gil (‏5 December 2009). "Bostoner Rebbe Passes Away at 88", 'Arutz Sheva' (Israel). דערגרייכט דעם 5 December 2009. "The Bostoner Rebbe, Rabbi Levi Yitzchak Horowitz, passed away at Shaarei Tzedek Hospital in Jerusalem on Sabbath" 

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!