רוי:רבי ישראל יצחק פיעקארסקי
געבורט | ה'תרס"ה |
---|---|
טויט | כ"ד אלול ה'תשנ"ב (אלט: 87 בערך) |
הרב ישראל יצחק פּיעקאַרסקי (געבוירן תרס"ה - כ"ד אלול תשנ"ב, 1992) מחבר פונעם ספר אבן ישראל, איז געווען ראש ישיבה פון דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה - 770 - אין ניו יארק מער ווי 40 יאר.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאָט סאָסנאָווצע, פוילן, צו מרדכי מנחם פּיעקאַרסקי, אן אַמשינאָווער חסיד. צו די 12 יאָר האָט מען אים אָנגענומען לערנען אין דער ישיבה פונעם קאזשיגלאווער רב, הרב אריה צבי פראמער. שפעטער איז ער אריבער אין דער שטאט ווארשע, וואו ער האט געלערנט ביי הרב אברהם וויינבערג, מחבר פון "ראשית ביכורים" אויף מסכת בכורות.
ער האט חתונה געהאט מיט אסתר מרים, טאָכטער פון אַריה קלאפּמאַן. נאָך זיין חתונה, האט ער געדינט ווי ראש ישיבה פון "כתר תורה - ראַדאָמסק" אין דער גאליציאנער שטאט קשאַנאָוו. שפעטער איז ער געווארן א רב אין דעם מאָנדזיעוו פערטל פון סאסנאווצע; נאך שפּעטער איז ער געווארן א רב אין לאָנדאָן.[1] אין תש"ז האָט הרב רבי יצחק הוטנער באַקומען אַ וויזע פאר הרב פּיעקארסקי'ס משפּחה, און זיי האבן זיך געצויגן קיין ניו יארק, וואו ער איז באשטימט געוואָרן א מורה הוראה אין דער " אגודת ישראל יוגנט " שול אין דער בראָנקס. אין יאָר תשי"ד האָט ער איבערגענומען דאס רבנות פון דער חרדישער קהילה אין דער "בית יעקב" שול אין דעם "פארעסט הילס" קוואַרטאַל פון קווינס.
ער איז נפטר געווארן אין אלול תשנ"ב און איז באַגראָבן אין הר הזיתים אין ירושלים.
זיינע אַקטיוויטעטן
ראש ישיבה
אין יאר תשי"א איז געווארן באשטימט ראש ישיבה פון דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין 770, אלס ממלא-מקום פון רבי ישראל זאב גוסטמאַן וואס האט איבערגעלאזט א יאָר פריער.
זיינע ספרים
- חקרי הלכות - הערות און ערקלערונגען אויפן רב'ס שלחן ערוך, ניין בענדער, תשי"ז תשמ"ט, קה"ת
- אוצרות השיעורים - א זאַמלונג פון שיעורים אויף ש"ס וואס ער האט איבערגעגעבן אין דער תומכי תמימים ישיבה - 770
- אבן ישראל - אויפן ערשטן פרק פון יבמות, ניו יאָרק, תש"ח
- הגדה פון פסח - עיני ישראל
דרויסנדיגע לינקס
הערות
- ↑ איידער האט ער געדאנזשעט אריבערברענגען זיינע בני בית דארטן, האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט-מלחמה. זיי האבן זיך געטראפן ווידער א זיבן יאר שפעטער, נאך דער מלחמה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!