רוי:רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם (דאלינא)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יקותיאל יהודה (זלמן ליב) האלבערשטאם הי"ד (ה'תר"ס - ה'תש"ב) פון דאלינא.

אפשטאם

רבי זלמן ליב איז געבוירן אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם פון באכניא, א זון פון הרב רבי אשר מאיר האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב רבי יוסף זאב האלבערשטאם, פון קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון הרב רבי צבי הירש האלבערשטאם, רב אין רודניק, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רב.

רבנות

רבי זלמן ליב איז געווען באקאנט אלס תלמיד חכם, ער האט ארויסגעהאלפען זיין שווער מיט זיין רבנות אין דאלינא.


הסתלקות

רבי זלמן ליב איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב (אומגעפעהר), הי"ד.

פאמיליע

רבי זלמן ליב האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע האלבערשטאם, רב אין דאלינא, א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין בארדיאוו.

זיינע ספרים

  • מנחת שבת - לקוטי דינים - געדריקט צוזאמען מיט דעם ספר שומר שבת פון הרב דוד לידא רב אין אמסטערדאם
  • קיצור שלחן ערוך - הלכות שבת - מיט מנוחת שבת
  • אורחות אדם - געדריקט צוזאמען מיט דעם ספר הנהגות אדם פון הרב יהודה ליב ליפשיץ

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!