רוי:רבי יצחק אבוהב (מנורת המאור)

דרשן, פון די חכמי ספרד אין 14'טן יארהונדערט, "מנורת המאור"
רבי יצחק אבוהב
השתייכות רבני ספרד, ראשונים
תחומי עיסוק תנ"ך, תלמוד, הלכה, אגדה, מחשבה, מוסר
ספרים "מנורת המאור", "ארון העדות", "לחם הפנים"

רבי יצחק אבוהב (אויך באקאנט אלס רבי יצחק אבוהב הספרדי אדער רבי יצחק אבוהב דער ערשטער) איז געווען א דרשן און מחבר, וועלכער האט לויט ווי אנגענומען געלעבט אין שפאניע אין 14'טער יארהונדערט.

ער האָט מחבר געווען דאָס ספר "מנורת המאור", וואָס איז שפעטער געלערנט געווארן דורך מיליאָנען אידן און איז געדרוקט געוואָרן פילע מאָל, אויך אין איבערזעצונגען אין אידיש און אנדערע שפראכן, און האָט געהאָט א גרויסע ווירקונג צו פארשפּרייטן מוסר און עטישע אנשויאונגען ביי די ברייטסטע פרומע אידישע פאָלקס-מאסן דורכאויס הונדערטער יאָרן.

ביאגראפיע

עס איז נישט באוואוסט קיין זיכערע זאַך פון דאס לעבן פון רבי יצחק; מען נעמט אן אז ער האָט געלעבט אין שפּאניע אומגעפער צום סוף פון 14'טן יארהונדערט.

לויט געוויסע ראשי-תיבות וואָס געפינען זיך אין דער הקדמה צום "מנורת המאור", איז צו זען אז דער פאָטער פון רבי יצחק האָט געהייסן אברהם. רבי יצחק אבוהב שרייבט אין דער זעלבער הקדמה וועגן זיך, אז ער איז אלע זיינע יאָרן געווען א סוחר און ער פלעגט אויך לערנען, אָבער אויף דער עלטער האָט ער באשלאסן זיך אפצוגעבן בלויז מיט לערנען און שרייבן ספרים.

ווערק

ווי רבי יצחק אבוהב שרייבט, האט ער מחבר געווען נאָך צוויי אנדערע ספרים, מיט די נעמען "ארון העדות", אויף דינים וואס גייען אן בזמן הזה, און "שלחן הפּנים", אויף די ברכות און תפילות. זיי זענען אבער פארלוירן געגאנגען, און געבליבן איז נאר דער "מנורת המאור" מיט וועלכע ער איז באקאנט.

מנורת המאור

 
דפוס אמסטערדאם, ה'תפ"א

אין דעם "מנורת המאור" האט רבי יצחק אבוהב צונויפגענומען פילע מימרות וועגן מוסר און דורך ארץ און גוטער אויפפירונג, וואס געפינען זיך אין גמרא און מדרש און אויך אנדערע פארצייטישע ספרים. דערביי באנוצט ער זיך אויך מיט די מיינונגען פון די אמאָליגע פילאָזאָפן און קבלה-ספרים וואס זענען געווען באקאנט אין יענער צייט.

אין דער הקדמה שרייבט עֶר, אז אויב די הלכה און די דינים פון דער גמרא זענען דאס טעגליכע ברויט, זענען די מוסר-ווערטער און די אגדה דער מים חיים, דאס קוואל וואסער, וואָס איז טיילמאָל נאָך נויטיגער ווי ברויט.

דער "מנורת המאור" באשטייט פון זיבן טיילן, פונקט ווי די מנורה האָט זיבן ליכט, יעדער טייל פון ספר הייסט דעריבער "נר" ("ליכט").

  • אין דעם ערשטן טייל ווייזט אויף דער מחבר פון פילע מקורות אין דער גמרא און מדרשים און פילאָזאָפישע ווערק, אז דער מענטש דארף זיך נישט נאָכיאָגן נאך לוקסוס און איבריגע זאכן ("מותרות"), און זאל אויסוואָרצלען פון זיך די שלעכטע מידות: קנאה, תאוה און כבוד.
  • אין דעם צווייטן טייל רעדט ער ארום די שעדליכקייט פון ליצנות, ליגנט-זאָגן, חנופה, לשון-הרע, פארשעמען מענטשן, זיך קריגן.
  • אין דעם דריטן טייל ווערט געלערנט ווי אזוי דער מענטש דארף זיך אויפפירן אין פארשידענע מצוות, ווי אפהיטן שבת און יום טוב, דאווענען, מכבד זיין די עלטערן, ערציען די קינדער, הכנסת-אורחים, און דאס לעבן פון מאן-און-ווייב.
  • דער פערטער טייל רעדט ארום די גרויסקייט פון לערנען תורה.
  • אין פינפטן טייל געבט דער מחבר אנווייזונגען וועגן דער גרויסקייט פון תשובה.
  • דער זעקסטער טייל רעדט ארום די מעלות פון שלום און לעבן גוט מיט מענטשן, און ארויסווייזן דרך ארץ און ליבשאפט צו זיי.
  • דער זיבעטער טייל לערנט וועגן עניוות, ווי יעדער מענטש דארף זיין קליין ביי זיך.

דאָס גאנצע ספר איז דורכגעפלאכטן מיט ווערטער פון דער גמרא און מדרשים, וואָס שטיצן די עטישע און רעליגיעזע אנשויאונגען פון מחבר.

ארום די ה'תר"פ יארן האבן די פארשער ישראל אפרת און ה. ג. ענעלאו געשריבן ארטיקלען אין וועלכע זיי האבן זיך באמיט אויפצואווייזן, אז אסאך טיילן און שטיקער פון "מנורת המאור" האָט רבי יצחק גענומען פון אן אנדער ספר וואָס איז געשריבן געוואָרן אין א פריערדיגער צייט. זיי ביידע צייגן אן, אז אסאך טיילן פון "מנורת המאור" זענען גענומען געוואָרן פון א ספר וואס האָט אויך געהייסן "מנורת המאור" און זיין מחבר איז געווען רבי ישראל בן יוסף אלנאקווא (אלנקאווה), פון דער שטאָט טאלעדא אין שפאניע, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן אויף קידוש השם אין דעם יאָר 1291 (ה'קנ"א). דער דאָזיגער "מנורת המאור" פון רבי ישראל איז געבליבן אין כתב-יד וואס געפינט זיך אין דער אקספארדער ביבליאטעק, און ענעלאו האט עס פארעפענטליכט אין ניו יארק, יאר ה'תרפ"ט. שפעטער האט אבער דער פארשער ישראל תא שמע אויפגעוויזן אז דער ספר פון רבי יצחק אבוהב איז געווען פריער און רבי ישראל האט זיך באזירט דערויף, אדער האבן זיך ביידע באזירט אויף א דריטן מקור[1].

צו ליינען מער

  • "זהות המחבר 'ספר מנורת המאור'", קובץ עץ חיים, אלול תשע"ו, חלק כו עמ' י"ח-כ"ב.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. זעט א שמועס אויף פורום אוצר החכמה.
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!