רוי:רבי אשר ישעיה רובין (זאלקווא)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אשר ישעיה רובין זצ"ל (ה'תרל"ו - ט"ו אדר ה'תרע"ו), רבי פון זאלקווא אין קשאנאוו.

אפשטאם

רבי אשר ישעיה איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ו (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי רובין, פון ראדיכאוו, א זון פון הרב רבי יצחק רובין, פון בראד, באקאנט אלס רבי איציקל בראדער, א זון פון הרב רבי אלימלך רובין רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב רבי אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת תמר א טאכטער פון הרב אריה לייביש נייהויז פון טאמאשאוו.

הסתלקות

רבי אשר ישעיה איז נפטר געווארן ט"ו אדר ה'תרע"ו.

פאמיליע

רבי אשר ישעיה האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב חיים אליהו ליבערמאן, פון זאלקאוו. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק רובין - גליקמאן (ה'תרל"ה (אומגעפער) - ט"ז חשוון ה'תר"צ), פון סאסנאווצע. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אלטער ראטענבערג רבי פון וואלבראם. זייערער קינדער:
    • הרב יהושע רובין - גליקמאן הי"ד, פון סאסנאווצע. ער האט געהייראט מרת דבורה פערל א טאכטער פון הרב יהושע העשיל הורוויץ-שטערנפעלד.
    • הרב נפתלי צבי רובין - גליקמאן, סאסנאווצער רבי אין ניו יארק. ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב נחמיה פערלאוו.
    • הרב שלום רובין - גליקמאן הי"ד
    • הרב אלטער דוד רובין - גליקמאן הי"ד.
    • הרב חנוך דוב רובין - גליקמאן הי"ד.
    • מרת גאלדא בריינדל הי"ד.
    • מרת פיגל יוכבד הי"ד.
    • מרת רבקה הי"ד.
    • מרת ביילא הי"ד.
    • מרת שיינדיל הי"ד.
  • הרב חיים אליהו רובין הי"ד, רב אין טריסקאוויץ. ער האט געהייראט מרת עלע א טאכטער פון הרב אלעזר רוקח פון דראהאביטש. זיי זענען אומגעקומן אןיף קידוש השם מיט זעקס קינדער הי"ד.
  • מרת סימא, די ווייב פון הרב ישראל מארילעס, פון יעראסלאוו

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל