רוי:רבי אלעזר ווייסבלום (ריישא)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אלעזר ווייסבלום זצ"ל (ה'תקצ"ט - ט"ו תמוז ה'תר"ע), רבי אלעזר ריישער

אפשטאם

רבי אלעזר ריישער איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ט צו זיין פאטער הרב אלימלך ווייסבלום פון רודניק, א זון פון הרב מנחם יששכר מענדל בער ווייסבלום פון פשעווארסק, א זון פון הרב אלעזר ווייסבלום, א זון פון נועם אלימלך. ביי עלף יאר איז ער געווארן פאר'יתומ'ט פון טאטע מאמע.

רבנות

זיין ערשטע רבנות שטעלע איז געווען בוקאווסק. דערנאך האט ער געדינט א קורצע צייט אין פשעווארסק. נאכער האט ער זיך באזעצט אין ריישא.[1]

הסתלקות

רבי אלעזר ריישער איז נפטר געווארן ט"ו תמוז ה'תר"ע. אין ליגט אין סאקאלאוו.

פאמיליע

רבי אלעזר ריישער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת בריינדיל די טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב.

בזיווג שני האט רבי אלעזר געהייראט, אין יאר תר"ס, מרת חיה די טאכטער פון הרב חיים יונה היילפרין ראש בית דין פון ריישא. זייער איינציגע טאכטער:

מרת קריינדל פינקל, די פרוי פון הרב שלמה הורוויץ א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ פון ראזוואדאוו. זי איז אומגעקומען אין ריישא הושענא רבה ה'תש"ג, אין ער איז שפעטער אומגעקומען מיט זיינע קינדער שיינדל, גיטל, אלעזר, און בילא, הי"ד.

זיינע ספרים

משנה למלך על התורה.

זכרו לנצח

עס זענען ליידער נישט געבליבן דורות פון דעם צדיק, אבער פאר עטליכע יאר צוריק האט זיך געגרינדעט דער "קרן תולדות אלעזר", אלס א מוסד על שמו. דער "קרן" שליסט היינט איין צוויי כוללים "תולדות אלעזר" אין ירושלים, און א צדקה קאסע וואס פארטיילט צענדליגער טויזענטער דאלארן יערליך פאר אייניקלעך פונעם רבי ר' אלימלך זי"ע.

פיל אידן דערציילן גרויסע מופתים וואס זיי האבן פערזענליך געהאט דורך שטיצן דעם "קרן", ווייל גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. שבת בשבתו, נומער 746 (תמוז תשס"ט)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!