רוי:רבי אהרן שמואל קוידאנאווער
רבי אהרן שמואל קוידאַנאווער (אויך באקאנט אין די ספרים מיט'ן נאָמען "מהרש"ק" - מ'ורנו ה'רב ר'בי ש'מואל ק'יידאנאָווער) איז געווען א בארימטער רב און גאון אין 17-טן יאָרהונדערט און איז באקאנט אין דער לומדישער וועלט דורך זיין ספר "ברכת הזבח", א פירוש אויף די שווערע מסכתות פון דער גמרא אין סדר קדשים.
ביאגראפיע
רבי אהרן שמואל איז געבוירן געוואָרן לערך דעם יאָר 1614 אין קוידאַנאָוו נישט ווייט פון מינסק. זיין פאטער רבי ישראל איז געווען א רייכער מאן. רבי אהרן שמואל האָט שוין אין דער יוגנט געשמ'ט אַלס גרויסער למדן און איז אַלס יונגערמאַן אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין ביאלע (נעבן בריסק).
אין יאָר 1648 האבן אויסגעבראָכן אין אוקראינע און דרום-פּוילן די גרויסע קאָזאַקן-שחיטות אויף יודן, וואָס זענען באקאַנט אונטער דעם נאָמען "גזרת ת"ח ות"ט". די קאָזאַקן-מחנות האָבן חרוב געמאַכט פיל יודישע קהלות און אויסגעשאָכטן דעם גרעסטן טייל פון דער יודישער באפעלקערונג. ווען די קאזאקן-מחנות האָבן זיך דערנענטערט קיין ביאלע איז רבי אהרן שמואל פון דאָרט אנטלאָפן קיין ווילנע. זיין רום אַלס למדן איז שוין געווען אזוי גרויס, אז ער איז אין ווילנע אויפגענומען געוואָרן אַלס דיין אין ראבינאַט, וואו עס זענען געזעסן אַזעלכע גאונים ווי רבי משה לימאַ (מחבר פון "חלקת מחוקק"), רבי אפרים כ"ץ (מחבר פון "שער אפרים"), רבי שבתי כהן (דער ש"ך) און אַנדערע.
אין יאָר תט"ו (1655) ווען דאָס רוסישע מיליטער און די קאזאַקן זענען אריין קיין ווילנע, האָבן זיי דאָרט געמאַכט אַ שחיטה אויף יודן; פיל פון די ווילנער יודען זענען אנטלאָפן פון דער שטאָט, און צווישן די אנטלויפנדע איז אויך געווען רבי אהרן שמואל קיידאנאָווער. רבי אהרן שמואל איז צוערשט אנטלאָפען אין אַ קליין שטעטל קוראָוו ביי לובלין אבער אויך דאָרט זענען אָנגעקומען די קאָזאַקן, און צוויי קינדער פון רבי אהרן שמואל זענען אומגעקומען אין דער שחיטה. פון דאָרט איז רבי שמואל ווייטער אנטלאָפן קיין עסטרייך און דייטשלאַנד; אויפ'ן וועג האָט ער זיך צעבראָכן א פוס און ער איז געוואָרן לאָם.
נאָך פיל וואַנדערונגען איז ער אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין דייטשלאַנד אין פירטה, דערנאָך איז ער געווען רב ווידער אין פּוילן אין דער שטאָט רישא (זשעשאָוו), שפּעטער אין גלאָגאָוו, בריסק, פראנקפורט דמיין, צום סוף אין קראָקא, און ער איז געשטאָרבן אין דער שטאט כמיעלניק אין יאָר תל"ו (1676), ווען ער איז דאָרט אהינגעקומען צו אַ אסיפה פון "ועד ארבע אַרצות".
ווערק
רבי אהרן שמואל איז בארימט דורך זיין ספר "ברכת הזבח" אויף די שווערע גמרות פון סדר קדשים. רבי אהרן שמואל ווייזט דאָ אַרויס נישט נאָר א קלאָרן שכל, נאָר אויך א געוויסע קריטישע אויפפאַסונג צו די פארשידענע נוסחאות אין דער גמרא. אין דער הקדמה צום דאָזיגן ספר "ברכת הזבח", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין אַמסטערדאַם 1669 דורך זיין איידעם רבי מנחם כ"ץ (א ברודער פון ש"ך), גיט איבער רבי אהרן שמואל ווערטפולע איינצלהייטן איבער די שחיטות אין יענע צייטן.
זייער וויכטיג איז אויך זיין ספר שאלות ותשובות "אמונת שמואל" (געדרוקט פראַנקפורט דמיין 1683), וואו עס ווערן באהאַנדלט פיל שאלות פון עגונות, וואָס זייערע מענער זענען פארשוואונדן געוואָרן אין דער צייט פון די שחיטות. אויך דאָ געפינען מיר פיל וויכטיגע היסטאָרישע איינצלהייטן וועגן יענער צייט.
רבי אהרן שמואל קוידאַנאָווער האָט מחבר געווען נאָך אַנדערע ספרים ווי "ברכת שמואל" דרשות אויף תורה (געדרוקט פראַנקפורט דמיין 1682; אין דער הקדמה פון זיין זון ווערט דערציילט די טרויעריגע ביאגראפיע פון מחבר), ווי אויך "תפארת שמואל" און אנדערע.
זון
רבי אַהרן שמואל'ס זוהן איז געווען רבי הירש קוידאנאווער, מחבר פון פּאָפּולערן מוסר-ספר "קב הישר" אויף העברעאיש און יודיש.
ביבליאָגראַפיע
- צונץ, "עיר הצדק" (אַ גענויע ביאָגראַפיע)
- פין, "קריה נאמנה"
- דוקעס, "אוה למושב"
- "אוצר ישראל"
- "אשכול"
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!