רוי:רבי אביגדור הורוויץ
רבי אביגדור הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - ה'תש"ב), רב אין בארניוו.
אפשטאם
רבי אביגדור איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יצחק הורוויץ, רב אין בארניוו, באקאנט אלס רבי איטשעלע בארניווער א זון פון הרב רבי אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת חנה די טאכטער פון רבי אביגדור'ס פעטער הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון רבי אליעזר'ל דזשיקאווער.
רבנות
אין יאר ה'תרפ"ה האט רבי איטשעלע בארניווער אנגעטרויטען דאס בארניווער רבנות פאר זיין זון רבי אביגדור, ער איז געווען דער פערטער דור, רב אין בארניוו. רבי אביגדור האט צוריק געברענגט קיין בארניוו דעם יידישען קרוין פון תורה און מצוות, זיין שטוב האט געדינט אלס פארזאמלונגס ארט פאר אלע שטעטישע חסידישע אידן.
הסתלקות
רבי אביגדור איז אומגעקעמען אין יאר ה'תש"ב, צוזאמען מיט זיין גאנצע פאמיליע, הי"ד.
פאמיליע
רבי אביגדור האט געהייראט מרת חנה די טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין לינסק א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער), רב אין לינסק, אן אייניקל פון דעם ראפשיצער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים הורוויץ, הי"ד. ער האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב רבי נפתלי טייטלבוים, רב אין נירבאטור.
- הרב ישראל יוסף הורוויץ, הי"ד, ער האט געהייראט מרת רחל מרים הי"ד, א טאכטער פון הרב נחום אפרים האלבערשטאם א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם פון טארנע.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר יזכור - בארנוב
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!