רוי:קויציע
קויציע אדער ערבות(English: Bail) איז ווען מען גיט א געלט משכון וואס אן אנגעקלאגטער קען פארלייגן אין געריכט אין אויסטויש פאר זיין צייטווייליגע באפרייאונג ביז זיין פראצעס.
קאנצעפט
א געריכטליכע סיסטעם גייט נישט פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן און דאס געריכט וועט געווענליך ערלויבן דעם אנגעקלאגטן צו גיין פריי צווישן די סעסיעס צו די בענעפיט פון ביידע זייטן זינט די רעגירונג קען אויך באשטיין זיך צו שפארן דאס געלט פון האלטן יענעם אין ארעסט די גאנצע צייט.
קויציע פרייזן ווערן באשטימט דורך דעם געריכט און איז געוואנדן לויט דער הארבקייט פון דעם פארברעכן. פאר א קלייניקייט קען דאס קויציע געלט זיין אין די צענדליגער טויזנטער דאלארן און קען אמאל גיין ביז אין די מיליאנען פאר ערנסטע פארברעכער. טייל אנגעקלאגטע באקומען אינגאנצן נישט קיין קויציע און דאס זענען געווענליך פארברעכער אויף וועלכע מען האט מורא אז זיי וועלן באגיין פרישע פארברעכן אדער מערדער וועלכע זענען א געפאר צו די חברה. א ריכטער באשלוסט אויב מען זאל יא אדער נישט ערלויבט ווערן בעיל און אזוי אויך וואספארא פרייז דאס זאל קאסטן.
פאר א פשוטער פארברעכער וואס האט בא'גנב'ט געשעפטן וועט זיין קויציע פרייז נישט זיין קיין סאך געלט ערשטנס ווייל זיינע פארברעכנט זענען נישט ערנסט און די יוסטיץ סיסיטעם פארלייגט זיך נישט אזוי שטארק נאך אים, און צווייטענס ווייל אויב יענער האט בא'גנב'ט געשעפטן האט ער פשטות נישט קיין געלט און אפילו $10,000 וועט זיין גענוג א גרויסע סומע זיכער צו מאכן אז ער וועט צוריק קומען אין געריכט. אבער ווען עס האנדלט זיך מיט א גרויסע פארברעכער וועט בעיל באשטימט ווערן פאר הונדערטער טויזענטער דאלארן און אמאל מיליאנען ווייל דאס געריכט וויל זיכער מאכן אז זיי פארלירן נישט אזא איינעם. אין אנדערע פעלער ווען מען צאלט אסאך בעיל איז ווען עס האנדל'ט זיך פון רייכע מענטשן וועלכע האבן געשווינדעלט ערנסטע געלטער און פון זיי ברויך מען האבן א גרעסערע משכון פשוט ווייל פאר $10,000 וואלט זיך יענעם געלוינט צו אטלויפן און פאר 10 מיליאן דאלאר נישט.
אבער דאס געריכט קען נישט טאן וואס זיי ווילן און אויך בעיל האט א שיעור. די אכטע אמעדמענט פון די יו-עס קאנסטיטוציע פארבאט פון דאס געריכט ארויפצולייגן גאר הויכע בעיל סומעס אין פאל יענער פארפאסט סתם אזוי א געריכט סעסיע און האט בכלל נישט געהאט אין פלאן צו אנטלויפן.
פראצעדור
דער אנגעקלאגטער האט די ברירה אויסצולייגן געלט מזומן און באלד אויסגעלייזט ווערן. אויב פארפעלט ער צו קומען ביים נעקסטן געריכט סעסיע וועט ער פארלירן דאס געלט און אויב וועט ער קומען אין צייט צו אלע סעסיעס וועט ער צוריק באקומען דאס געלט פון דאס געריכט. א צווייטע מעגליכקייט פאר'ן אנגעקלאגטן איז צו פאר'משכונ'ן זיין פראפערטי אדער אנדערע ווערטפולע זאכן אנשטאט קעש געלט.
אויב יענער האט נישט אזויפיל געלט, ווי עס איז דער פאל מיט רוב אנגעקלאגטע, וועט מען דארפן שאפן דאס געלט פון א אינשורענס פירמע וועלכע וועט אויסלייגן דאס געלט פאר דעם אנגעקלאגטן און יענער וועט צאלן א געוויסע אפצאל פאר די סערוויס. אינשורענס פירמעס מאכן אבער נישט קיין ביזנעס מיט'ן געריכט דירעקט ווייל זיי האבן פשוט נישט קיין צייט דערצו און דערפאר זענען פאראן בעיל-באנדס אגענטן וועלכע ארבעטן פאר די אינשורענס פירמעס און געבן זיך אפ מיט אלע איינצעלהייטן. געווענליך וועט דער אנגעקלאגטער דארפן באצאלן צווישן 5 און 10 פראצענט פון די באנד און די באנד אגענט און די אינשורענס פירמע וועלן זיך צעטיילן מיט דעם געלט.
אויב דער אנגעקלאגטער וועט יא אנטלויפן און נישט ערשיינען אין געריכט וועט דער בעיל-באנד אגענט (און באמת די אינשורענס פירמע) דארפן באצאלן דאס געלט פאר'ן געריכט און וועט דערלייגן גרויס געלט. סטאטיסטיקס ווייזן אז 20 פראצענט פארברעכער אנטלויפן אדער פרובירן צו אנטלויפן וואס מיינט אז די אינשורענס פירמעס וועלן גאנץ אפט דארפן באצאלן דאס געלט און דערפאר פארמאגן די אינשורענס פירמעס באונטי האנטערס וועלכע פאלגן נאך דעם אנגעקלאגטן און מאכן זיכער אז ער אנטלויפט נישט.
זעט אויך: באונטי האנטערס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!