רוי:באונטי האנטערס
א באונטי האנטער איז אן אינדיווידועל וועלכע יאגט נאך אנטלויפנדיגע פארברעכער וועלכע האבן אויסגעלייגט בעיל דורך א בעיל אגענט. א באונטי האנטער ארבעט דירעקט פאר דעם בעיל אגענט און נעמט אן אפצאל פאר זיין ארבעט.
הויפט באניצונג
אין אמעריקע רופט מען זיי די צווייטע ענפארסמענט מאכט אונטער די אפיציעלע אויטאריטעטן וועלכע פאלגן נאך די אנגעקלאגטע וועלכע זענען פריי אויף בעיל. די בעיל-באנד אגענטן אדער פירמעס קענען זיך נישט רעכנען מיט די פאליציי צו טרעפן פארברעכער און נעמען אויף פראפעסיאנאלע באונטי האנטער וועלכע זענען געוואלדסמענער וועלכע נעמען דאס געזעץ אין די אייגענע האנט און פארזיכערן די בעיל-באנד אגענטן אז זייער קליענט וועט נישט קענען אנטלויפן, און אויב יא וועט מען אים נאכיאגן און כאפן.
די באונטי האנטערס זענען זייער סוקסעספול און כאפן אין דורכשניטליך 90 פראצענט פון אלע וואס אנטלויפן, אדער ווי מען רופט דאס אין אמעריקע: בעיל דזשאמפערס. די פאליציי איז אן אפיציעלער אויטאריטעט וועלכע נעמט פארשידענע שריט אין יעדע קרימינאלע פאל און האט צופיל אויפ'ן קאפ. די באונטי האנטערס זענען ספעציאליזירט נאר אין דעם געביט און צייכנען זיך אויס דערמיט פיל בעסער ווי די בעסטע פאליציי דעפארטמענטס.
יעדעס מאל א בעיל-באנד אגענט גיט ארויס א גרויסע סומע געלט פאר אן אנגעקלאגטן וועט באלד געשטעלט ווערן א באונטי האנטער יענעם נאכצוקוקן און פארזיכערן אז ער אנטלויפט נישט. דער באונטי האנטער וועט באלד צוזאמעננעמען וויפיל אינפארמאציע מעגליך און וועט האלטן קאנטראל וואו יענער דרייט זיך און וואס ער טוט איבער'ן טאג. ווי מער געלט אלס ערנסטער נעמען זיי די קעיס און אמאל קען אפילו געשטעלט ווערן מער ווי איין באונטי האנטער פאר איין מענטש אויב עס האנדלט זיך פון גרויס געלט און א גרויסער שווינדלער וועלכע זיי פארדעכטיגן אז ער וועט פרובירן אנטלויפן.
לעגאליטעט
באונטי האנטערס זענען אונטערוועלטניקעס און זענען נאך אלץ לעגאל. זיי האבן רעגולאציעס וועלכע איז געוואנדן פון סטעיט צו סטעיט אבער אין גענעראל האבן זיי די רעכט צו טאן אלעס צו פארזיכערן אז יענער אנטלופט נישט און קענען יענעם ארעסטירן צו יעדע צייט. ווען דער אנגעקלאגטער נעמט ארויס זיין באנד וועט ער מוזן אונטערשרייבן א קאנטראקט מיט דעם בעיל-באנד אגענט אין וועלכע ער גיט אוועק זיינע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן צו די באונטי האנטער און פאלט אויטמאטיש אריין אונטער זייער אויטאריטעט וועלכע איז א גרעסערע אויטאריטעט מיט מער מאכט ווי די פאליציי דעפארטמענט.
אין רוב סטעיטס קענען באונטי האנטערס אריינדרינגן אין דעם פארברעכער'ס וואוין ארט אן קיין ערלויבעניש פון געריכט און אים ארעסטירן און וועט נישט דארפן פארליינען זיינע מיראנדא רעכטן ווי עס איז דער פאל ווען די פאליציי מאכט אן ארעסט. די איינציגסטע סטעיטס וועלכע ערלויבן נישט קיין באונטי האנטערס צו מאכן ארעסטן זענען קענטאקי, אילינאו, און ארעגאן. אין די סטעיטס וועט א באונטי האנטער דארפן גיין אין געריכט און אויב דאס געריכט וועט אים געבן גערעכט וועט די לאקאלע פאליציי געשיקט ווערן אנשטאט צו מאכן דעם ארעסט.
באונטי האנטערס דארפן האבן א לייסענס פאר זייער ארבעט און אין טייל סטעיטס דארפן זיי זיין רעגיסטרירט ביי די רעגירונג כדי מען זאל האבן א קאנטראל אויך אויף זיי. לעגאל מעגן זיי נישט נאכפאלגן דעם פארברעכער אינדרויסן פון אמעריקע און אויב זיי טוען דאס יא באקומען זיי נישט קיין באשיצונג פון די רעגירונג אין פאל זיי ווערן ארעסטירט אדער געשעדיגט.
אזא פאל האט פאסירט אין 03' מיט א באוואוסטן אמעריקאנער באונטי האנטער, דאג טשעפמען, פון האוואי. טשעפמען האט נאגעפאלגט א פארברעכער וועלכע איז אנטלאפן קיין מעקסיקא איבערלאזנדיג א מיליאן דאלארדיגע בעיל. טשעפמען האט אים דארט ארעסטירט אבער קורץ דערנאך איז ער ארעסטירט געווארן ווייל ער האט פארלעצט די געזעצן אין מעקסיקא. טשעפמען איז ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל און דער חברה מאן האט אפגעטראגן קיין אמעריקע און איז פארבליבן אלס א געזוכטער ביי די מעקסיקאנער אויטאריטעטן.
באשיצונג
באונטי האנטערס טראגן געווענליך געווער זיך צו באשיצן אבער נארמאל קומט זיי דאס נישט אויס צו נוצן ווייל מערדער גייען נישט ארויס אויף בעיל און אנדערע פרובירן געווענליך נישט צו קעמפן נאר ענדערש אנטלויפן. דער קונץ פון א באונטי האנטער איז צו קענען פארשן און דערגיין וואו דער פאברעכער געפינט זיך און וויאזוי מען קען אים טרעפן און ארעסטירן. זיי ארבעטן גארנישט אנדערש ווי די פאליציי דעפארטמענט און פרעגן זיך נאך ביי מענטשן נאך טיפס און שלאגן פאר געלט פאר מאטעלן, גאזאלין סטאנציעס, און אנדערע אויב זיי וועלן רופן מיט אינפארמאציע.
קוואליפיקאציעס
עס זענען פאראן אינדיווידועלע באונטי האנטערס און אויך באונטי האנטער גרופעס אדער פאמיליעס. גרויסע גרופעס און פאמיליעס זענען באקאנט פאר זייערע שטאטישע איינוואוינער און דאס העלפט זיי אין זייער ארבעט. דער מערסט באקאנטער באונטי האנטער אין אמעריקע איז באב בורטאן וועלכער איז שוין אין דער ביזנעס 25 יאר און פארמאגט אז ריזיגע גרופע פון הונדערטער באונטי האנטערס אונטער זיך וועלכע מאכן בערך 20,000 ארעסטן יעדעס יאר.
די באונטי האנטערס דארפן האבן ספעציעלע קוואליפיקאציעס ווייל זיי דארפן קענען די מלאכה פון נאכגיין און דערשפירן און אין דער זעלבער צייט דארפן זיי גוט קענען די געזעצן און די גאנצע געריכטליכע סיסטעם. ווען זיי ארעסטירן איינעם ווען זיי אים פירן דירעקט אין טורמע און נישט צו די פאליציי דעפארטמענט ווי עס גייט טראדיציאנאל. אסאך באונטי האנטערס זענען געוועזענע פאליציי דעטעקטיוון און טייל זענען געוועזענע קרימינאלן וועלכע האבן אסאך ערפארונג.
היסטאריע
באונטי האנטערס זענען אפיציעל געווארן א טייל פון די קרימינאל ענפארסמענט אין 873'. בעפאר דעם איז דאס געווען אומלעגאל אבער האט עקזיסטירט אין גרויסן. אין טייל פעלער האבן די פאליציי דעפארטמענטס נישט געהאט גענוג פערסאנאל און עקוויפמענט נאכצויאגן פארברעכער און האבן צוגעזאגט געלט פאר ווער עס וועט טאן די ארבעט פאר זיי.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!