רוי:קאנצעסיע
קאָנצעסיע (ענגליש: Franchise) איז א וועג פון ביזנעס אין וועלכע די פירמע פארקויפט די רעכט פאר פריוואטע אינוועסטירער צו נוצן איר נאמען און סופלייס און מאכן מסחר אין אויסטויש פאר א מאנאטליכע אדער יערליכע אפצאל וואס דער סוחר וועט צאלן די קאנצעסיע.
וואס איז א קאנצעסיע?
רוב קייט רעסטאראנען (ווי מקדאנעלד'ס) זענען קאנצעסיעס וואס טייטש אז יעדע געשעפט איז געאייגענט ביי איינעם פריוואט וועלכער באצאלט א געוויסע סכום יערליך אין צוגאב צו וואס עס קאסט אנצוהייבן דאס ביזנעס.
היינטיגע צייטן זענען קאנצעסיעס פארשפרייט אין אלע ביסנעס אינדוסטריס און עס איז פאראן א גרויסע אויסוואל. א גוטע קאנצעסיע קאסט צווישן 100 און 200 טויזנט דאלאר צו באקומען די רעכט און עס קען קאסטן נאך עטליכע הונדערט טויזנטער דאלארן צו עפענען דאס געשעפט אדער ביזנעס אין רעאליטעט. דער קאנצעפט איז אבער אז מען קויפט אפ א נאמען און ביזנעס געדאנק פון א סוקסעספולע פירמע וועמענ'ס נאמען איז באקאנט אין די גאס און דאס שפארט איין די ערשטע פאר יאר ארבעט פון יעדע סארט אנדערע ביזנעס.
די קאנצעסיע הויפטקווארטירן טרענירן די נייע אייגענטומער און זיי בויען אויף דאס אויסערליכן טייל פון דאס געשעפט אדער אפיס וועלכע יענער וועט נוצן. דער אינערליכ'ן טייל וועט יענער אליינס דארפן בויען אדער איינרישן און וועט באקומען אנווייזונגן פון די פירמע וויאזוי דאס צו טאן. ווען אלעס איז גרייט ווערט מען א האלבע ארבייטער און א האלבער בעלעבאס מיט גוטע אויסזיכטן פאר סוקסעס.
די מעלות פון א קאנצעסיע
לויט אפיציעלע סטאטיסטיקס איז פאראן ארום 2,500 קאנצעסיע סיסטעמען אין אמעריקע וועלכע ציילן אלע אינאיינעם 534,000 אפטיילונגן. לויט דעם חשבון קומט אויס אז די קאנצעסיעס באטרעפן ארום 3.2 פראצענט פון די סך הכל ביזנעסער אין אמעריקע און אזוי סאך ווי 35 פראצענט פון פארדינסטן פון אלע ריטעיל און סערוויס ביזנעסער.
דער גרעסטער מעלה פון א קאנצעסיע איז די אינוועסטמענט איינשטעל וועלכע איז זייער נידעריג וויבאלד מען גייט אריין אין א ביזנעס וועלכע האט שוין א נאמען און צום וויכטיגסטן א פארטיגן סיסטעם וויאזוי עס ארבעט.
לויט די סמאול ביזנעס אדמיניסטראציע איז דאס דער הויפט סיבה פארוואס רוב קליינע ביזנעסער פאלן אדורך. די נייע באלעבאטים ווייסן נישט וויאזוי צו סיסטעמירן די ביזנעס און מאכן שלעכטע באשלוסן. קאנצעסיע אייגענטומער געניסן פון א פארטיגע סיסטעם מיט אנווייזונגן פון א פראפעסיאנאלע פירמע וועלכע וויל אז אויך ער זאל מצליח זיין ווייל דאס מיינט זייער אייגענע הצלחה.
א צווייטע הויפט מעלה צו קויפן א קאנצעסיע איז וויבאלד מען באקומט גוטע פרייזן איינצוקויפן די סופלייס וויבאלד דאס איז א גרויסע פירמע וועלכע האט שוין פון פריער קאנטראקטן פאר אלע אירע מאטריאלן און סופלייס. אין אן אייגענע ביזנעס צאלט מען טייערע פרייזן און מען קויפן טייל מאל פארשידענע זאכן וואס פעלן נישט אויס און עס איז אויסגעווארפן געלט.
א קאנצעסיע געניסט אויך פון איר באקאנטקייט און קאסטומערס וועלכע קומען אן אין א נייע שטעטל אדער מאכן צום ערשטן מאל ביזנעס אין די סארט וועלן שטענדיג נוצן א באקאנטע געשעפט אדער פירמע ווי איידער אן אומבאקאנטע.
ווען א מענטש הייבט אן זיין אייגענע ביזנעס ווייסט ער געווענליך נישט וואס זיין ציל איז. ער ווייסט נישט וויפיל ער דארף פארקויפן צו זיין סוקסעספול און ער ווייסט נישט פון קיין פארשטענדליכע ציל וויפיל געלט עס דארף אריינברענגן פאר די אינוועסמענט דאלאר פער דאלאר. ווען איינער קויפט א קאנצעסיע ווייסט ער פונקטליך וואס ער וויל און זעט ביי דעם צווייטן וואס יענער טוט און מיט דעם ווייסט ער וואס ער האט צעטאן און וואס זיין ציל איז.
צום בעסטן איז די פרייהייט פון אדווערטייזמענט. רוב גרויסע קאנצעסיע פירמעס אדווערטייזן אליינס און אלע אייגענטומער געניסן דערפון ביז'ן לעצטן טראפן. אדווערטייזמענט קען אריינציען אין גרויסע געלטער און מען קען אנזעצן דארט אסאך געלט אויב מען ווייסט נישט וויאזוי דאס צו טאן. די קאנצעסיע פירמע האט ערפארונג אין דעם און טוט דאס אויף א פראפעסיאנאלע וועג.
אפצאלונגן
קאנצעסיע ביזנעסער זענען איינגעטיילט צו צוויי גרופעס. זיי זענען די קאנצעסארן (די פירמע וועלכע פארקויפט די רעכט צו די ביזנעס נאמען און סיסטעם) און די קאנצעסיס (די אינדיווידועלן וועלכע קויפן די קאנטראקטן). אין רוב פעלער וועלן די פרענטשייסיס דארפן צאלן א געוויסע סומע געלט צו קענען קויפן די רעכט צו ווערן א פרענטשייסי און ברויך ווערן באצאלט ווען מען שרייבט אונטער די קאנטראקט. א געווענליכע קאנצעסיע קאנטראקט האלט אן עטליכע יאר און דערנאך דארף מען דאס באנייען וועלכע קענען אריינציען אין פרישע געלטער. אין געוויסע סטעיטס איז פאראן פארשידענע געזעצן איבער קאנצעסיעס און ספעציעל ווען עס קומט צו באנייען ווי מיר וועלן באלד זען.
איינמאל די קאנטראקט איז אונטערגעשריבן דורך ביידע זייטן איז דער געשעפט א געשעפט און די פירמע דארף צושטעלן א געגענט וואו דער פרענטשייסי זאל ארבעטן אדער אויפשטעלן זיין געשעפט אדער אפיס. די פירמע דארף אים העלפן אויסשטעלן זיין ביזנעס פון אנפאנג ביז'ן סוף און אים העלפן מאכן סוב קאנטראקטן מיט אנדערע פירמעס.
אויסער די הויפט סומע וועלכע איז נישט מער ווי א רעכט צו טאן ביזנעס ברויכן אלע פרענטשייסיס צאלן מאנאטליכע אדער יערליכע אפצאלונגן, געווענליך א געוויסע פראצענט פון די פארדינסטן. טייל פירמעס פארלאנגן נאר א געוויסע אפצאל און אויב דער פרענטשייסי איז מצליח געניסט ער פון זיינע פראפיטן. א גרויסע טייל פון קאנצעסיעס, ספעציעל געשעפטן, פארלאנגן אז די פרענטשייסיס זאלן קויפן אלע זייערע סופלייס פון זיי דירעקט. פאראן אזעלכע קאנצעסיע פירמעס וועלכע פארלאנגן אויך געלט פאר אדווערטייזמענט און אלע געלט גייט אריין אין איין קאסע וועלכע ווערט גענוצט פאר נאציאנאלע און לאקאלע אדווערטייזמענט.
אפעראציע
וויבאלד דער סוקסעס פון א קאנצעסיע איז געבויט אויף א סיסטעם וועלכע די פירמע נוצט אין אלע לאקאציעס וועט די פירמע צווינגן די פרענטשייסיס צו פאלגן אלע זייערע באשלוסן און זיי קענען פארלירן זייערע רעכט אויב זיי פארלעצן דאס. דאס זעלבע איז מיט די סודות פון די פירמע. אויב איינע פון די פרענטשייסיס גיבן ארויס סודות פארלירן זיי זייערע רעכט. לויט סטעיט געזעצן מעג זיי נישט נאכטאן אן ענליכע ביזנעס אפילו נאכדעם וואס זייערע קאנטראקטן לויפן אויס ביז א געוויסע צאל יארן.
אויסוועלן א קאנצעסיע
אויב איינער באשליסט אז א קאנצעסיע קען זיין א גוטע פרנסה פאר אים וועט ער דארפן אויסוועלן צווישן טויזנטער ערליי קאנצעסיעס וועלכע זענען פאראן אין אמעריקע. נישט יעדע קאנצעסיע קען זיין גוט פאר יעדן אפילו אויב די פירמע מאכט אסאך געלט. א מענטש דארף וויסן אין וואספארא סארט אינדוסטרי ער וויל אריינגיין און האבן א געפיל דערצו און אזוי אויך באשליסן צו דאס זאל זיין א געשעפט, סעילס, סערוויס, אדער עפעס אנדערש. ער ברויך אויך וויסן זיינע שטונדן וואס ער קען ארבעטן זינט זייער אסאך קאנצעסיעס זענען פאר מענטשן וואס ארבעטן אין אומנארמאלע ביזנעס שטונדן.
איינמאל מען באשליסט וואס מען וויל דארף מען זיך אריינלאזן צו זוכן א עפענונג. רוב קאנצעסיע פירמעס ארבעטן אין געגענטער און וועלן נישט ארויסגעבן נאך א לייסענס אויב זיי האבן שוין איינעם אין די געגענט. א גוטע עצה איז צו נוצן א קאנצעסיע קאנסאלטענט (עצה געבער) וועלכע איז פארבינדן מיט די פירמעס און נעמט א באשטימטע אפצאל אויב ער טרעפט צו די ריכטיגע זאך.
די פראצעדורע
נישט יעדער קען קויפן א קאנצעסיע און דאס ווענדט זיך לויט יענעמ'ס היסטאריע און קרעדיט. גענוי ווי אלע אנדערע ביזנעסער וועלן די קאנצעסיע פירמעס אויך נישט וועלן אריינעמען איינעם וואס האט שוין אמאל באנקראטירט, איינער אן קיין שום ביזנעס ערפארונג, איינער וואס קען זיך נישט אליינס ערלויבן צו צאלן די קאנצעסיע רעכט, א פארברעכער א.ד.ג. די פירמעס זוכן זייער סוקסעס און נישט די סוקסעס פון די פרענטשייסיס.
ווען א מענטש ווערט ענדליך באשטעטיגט און ער שרייבט אונטער דעם קאנטראקט און לייגט אויס די באשטימטע סומע וועט ער באלד ווערן א טייל פון די פירמע און אלס אן ערשטן שריט וועט די פירמע אים שיקן צו עטליכע אנדערע לאקאציעס וואו ער וועט קענען באטראכטן וויאזוי דאס ארבעט.
מיט אזויפיל קאנצעסיעס היינט צו טאג ברויך מען זיך זייער גוט נאכפרעגן בעפאר מען שפרינגט אריין אין סיי וועלכע אומבאקאנטע קאנצעסיע. עס זענען פאראן פירמעס וואס זענען אומבאקאנט אבער זענען זייער סוקסעספול און פאראן אנדערע וועלכע אדווערטייזן גאר אסאך און זייער נאמען איז באקאנט אבער די פרענטשייסיס מאכן ווייניג געלט. פאראן פירמעס וועלכע באהאנדלן זייער שיין די פרענטשייסיס און פאראן אנדערע וואס אונטערדרוקן זיי באלד ווי א באלעבאס וועלכער זיצט אויפ'ן קאפ. דאס זעלבע איז מיט אינוועסטמענט. פאראן קלענערע אינוועסטמענטס פאר בעסערע רווחים און פאראן גרעסערע אינוועסטמענטס פאר קלענערע רווחים.
אזויווי אין א געווענליכע ביזנעס וועט מען דארפן האבן גרייט א ביזנעס פלאן בעפאר מען גייט אין באנק פאר אן הלוואה. די באנק וועט וועלן פארשטיין פארוואס איר זענט ראוי צו פירן די ביזנעס און וואספארא קוואפאליקאציעס איר האט בכלל. די קאנצעסיע פירמע וועט געווענליך העלפן צושטעלן די ביזנעס פלאן אבער פון זיי אליינס קען מען נישט באקומען גענוג אינפארמאציע וויבאלד זיי היטן זיך פון קלאגעס וועלכע מאכט זיך אפט מיט פרענטשייסיס וועלכע זענען נישט מצליח און ווילן צוריק זייערע אינוועסטמענטס. די קאנצעסיע פירמע איז נישט אינטערעסירט קיינעם אריינצושטעלן אין ביזנעס נאר אויב זיי ווייסן אז יענער וועט טאקע מצליח זיין און דערפאר וועלן זיי נישט געבן די בעסטע ביזנעס פלאן נאר וועלן ווארטן צו זען וויאזוי יענער וועט זיך אן עצה געבן.
די ביזנעס פון קאנצעסיע ארבעט אנדערש ווי יעדע אנדערע ביזנעס און מען ברויך אויפנעמען אן אדוואקאט וועלכער ספעציאליזירט זיך מיט קאנצעסיעס. אויסער די סטעיט און פעדעראלע ביזנעס געזעצן קומט צו די קאנצעסיע פירמעס רעגולאציעס וועלכע מאכט דאס א שווערערע פראדעצור צו וועלכע רוב אדוואקאטן זענען נישט באקאנט. צו עפענען א סוקסעספולע ביזנעס דארף מען האבן אן אדוואקאט און צו עפענען א סוקסעספולע קאנצעסיע דארף מען האבן א קאנצעסיע אדוואקאט. אן אדוואקאט קאסט געלט אבער אין די ענדע לוינט זיך עס ווייל איין קליינע פארזעעניש קען ברענגן אסאך עגמת נפש שפעטער. אין די קאנצעסיע ביזנעס איז דאס נאכמער אזוי און מען דארף זיין זייער פארזיכטיג.
זינט די קאנצעסיע ביזנעס איז געוואקסן גרויס אין אמעריקע (דאס פלעגט ערשט זיין פאפולער אין אייראפע) האט די פעדעראלע רעגירונג עטליכע מאל שטודירט די ביזנעס מאדעל און אדאפטירט די סמאול ביזנעס קאנצעסיע אקט אין 99' אין וועלכע עס ווערן אויסגעשמועסט און רעגולירט די רעכט פון ביידע צדדים. אין צוגאב צו די פעדעראלע געזעצן זענען פאראן 16 סטעיטס וועלכע האבן אייגענע געזעצן בנוגע קאנצעסיעס און א דאנק די הילף פון די רעגירונג איז דאס געוואקסן צו אזא סוקסעס מיט ווייניג פראבלעמען.
ווי געזאגט קומט יעדע קאנצעסיע קאנטראקט מיט אן אויסלויף דאטום (עקספיירעישן דעיט) אין וועלכע דער פרענטשייסי ברויך באנייען דעם קאנטראקט און די פירמע וועט איבערקוקן זיינע פעאיגקייטן און סוקסעס און וועט באשליסן אויב ער איז נאכאמאל ראוי צו נעמען א צווייטע קאנטראקט. אין די פארגאנגענהייט האבן אסאך קאנצעסיע פירמעס פרובירט באזייטיגן די פרענטשייסיס ווען די קאנטראקט איז אויסגעלאפן כדי זיי זאלן דאס קענען פארקויפן פאר א צווייטן און נאכאמאל מאכן געלט. עטליכע קאנגרעסלייט האבן עטליכע מאל פרובירט דאס צו שטערן אבער עס איז דורכגעפאלן. די 16 סטעיטס וועלכע האבן זייערע אייגענע קאנצעסיע געזעצן האבן דאס יא פארסירט און נאר אויב דער פרענטשייסי טויג נישט האט די פירמע א רעכט אוועקצונעמען זיין לייסענס און דאס פארקויפן פאר א צווייטן.
10 שנעלסט וואקסנדיגע קאנצעסיעס אין אמעריקע
נאמען פון קאנצעסיע און אינוועטמענט פרייז
סובוועי רעסטוראנטן – צווישן 70 און 220 טויזנט דאלאר
קורווס – צווישן 36 און 42 טויזנט דאלאר
קואיזנאוס רעסטוראנטן – צווישן 208 און 243 טויזנט דאלאר
דזשעקסאן הייוויט אינקאם טעקס סערוויס – 60 טויזנט דאלאר
יו-פי-עס פעקעדזשינג סערוויס – צווישן 138 און 245 טויזנט דאלאר
סאניק רעסטוראנטן – צווישן 710 טויזנט און 2.3 מיליאן
דזשעני קינג קאמערציאלע קלינינג – צווישן 11 און 34 טויזנט דאלאר
עלעווען קאנווינענס געשעפטן - בערך 100 טויזנט דאלאר
דאנקין דאונאטס – צווישן 255 טויזנט און 1.1 מיליאן
רימעקס ריעל עסטעיט אגענטן – צווישן 20 און 200 טויזנט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!