רוי:פארכאפונג פון ערבניקעס אין פאריזער קראם Hyper Cacher

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאַרכאַפּונג פון ערבניקעס אין פּאַריזער קראָם Hyper Cacher איז אַ טעראָר אַטאַק אויף אַ כשרן קראָם פון דער פאַריזער נעץ "Hyper Cacher" (איפּער קאַשער) לעבן ווינסענט טויער (Porte de Vincennes), דעם 9טן יאַנואַר 2015. די אַטענטאַט איז געמאַכט געוואָרן דורכן טעראָריסט אַמעדי קוליבאַלי און איז ענג פאַרבונדן מיטן אַטאַק אויף Charlie Hebdo. פיר מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן בעתן פאַרכאַפּונג. דער טעראָריסט האָט דעקלאַרירט זיין שייכות צו דער "איסלאַמישער מלוכה פון איראַק און לעוואַנט" און האָט דערקלערט, אַז זיין ציל איז געווען צו אַטאַקירן אידן "כדי אָפּצוהיטן מוסולמענער". פּאַריזער פּאָליציע האָט דערפאָלגרייך באַפרייט די געבליבענע 15 ערבניקעס בעת דער אָפּעראַציע און דערשאָסן קוליבאַלי.

די אַטאַק

די קרבנות

אַלע פיר אומגעבראַכטע ערבניקעס זענען געווען אידן, קונים און אָנגעשטעלטער פון קראָם.

  • Philippe Braham הי"ד (פיליפּ ברעם), 45, IT-ספּעציאַליסט
  • Yohan Cohen הי"ד (יוהאן כהן), 20, סטודענט און אָנגעשטעלטער
  • François-Michel Saada הי"ד (פראַנסואַ־מישעל סעדה), 64, פּענסיאָנער
  • Yoav Hattab הי"ד (יואב חטב), 21, סטודענט, אַ זון פון הויפּט־רב פון טוניס

אַלע קרבנות זענען באַגראָבן געוואָרן אין ארץ ישראל.

דער טעראָריסט

וועב־לינקען

Stub general.png דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!