רוי:עסן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:עסט)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עסן איז די פעולה פון אריינגעבן עסענווארג אין דעם קערפער.

דער יסוד פון עסן

טראכט פון עפעס וואס איר האט געגעסן היינט – ברויט, מילך, קעז, פיש, פרוכט, פאטעיטאוס (קארטאפל), פלייש אדער וואס אימער... די אלע עסן אדער סיי וועלכע אנדערע געזונטע עסן פארמאגן 7 הויפט באשטאנדטיילן וועלכע זענען: קארבאהידראטן, פראטעינען, פעטנ'ס, וויטאמינען, מינעראלן, פיבער און וואסער.

ווען דער מענטש שלינגט אראפ דאס עסן דארף דער קערפער פארדייען די עסן און געבן דעם קערפער כוח צו גיין ווייטער. לאמיר באטראכטן יעדע פון די 7 באשטאנדטיילן באזונדער און פארשטיין פארוואס דער קערפער ברויך דאס האבן.

קארבאהידראטן

Postscript-viewer-blue.svg קארבאהידראט

עס זענען פאראן קארבאהידראטן און קאמפלעקס קארבאהידראטן. די גרינגסטע וועג מסביר וואס קארבאהידראט איז צו דער קערפער איז ווי גאזאלין פאר אן אויטאמאביל מאטאר. קארבאהידראט איז דער הויפט ברענשטאף וועלכע טרייבט דעם קערפערליכן סיסטעם. מיר וועלן נאר אנרירן די הויפט כללים:

קארבאהידראט איז צוזאמענגעשטעלט פון דריי הויפט זאכן וועלכע האלטן זיך אינאיינעם ווי אטאמען וועלכע שוועבן ארום און ארום. די דריי טיילן זענען ווייטער איינגעטיילט יעדע איינע צו 6 ווייטערדיגע טיילן וועלכע פארמירן זיך אלע אינאיינעם און פארמירן די קארבאהידראטן. די אלע טיילן קענען צעטיילט ווערן צו וואסער אדער קארבאן. רוב קארבאהידראטן זענען זיס וויבאלד דאס וואסער און קארבאן זענען ביידע נאטורליך זיס. די קארבאן און וואסער קענען אויסגעשטעלט ווערן פארשידענע וועגן און די קארבאהידראטן פון א פרוכט איז נישט די זעלבע ווי די קארבאהידראטן פון א גלעזל מילך.

אין אונזער שפראך רופט מען דאס בלוט צוקער, אדער גלוקאס, פון וועלכע יעדע צעל אינעם מענטשליכן קערפער איז צוזאמענגעשטעלט. ווען דאס עסן גייט אריין אין די פארדייאונג'ס סיסטעם ווערט די קארבאהידראט באלד ארויסגעזויגן אריין צו די בלוט שטורעם פון דער קערפער. קאמפלעקס קארבאהידראט איז די זעלבע נאר איז מער קאמפליצירט וואס מיינט אז דער קערפער דארף לענגער ארבעטן צו באקומען די בלוט צוקער דערפון. אלע עסן וועלכע איז רייך אין סטארטש גייט אריין אין די קאטעגאריע פון קאמפלעקס קארבאהידראט דאס זענען אלע הויפט תבואות ווי ווייץ, קארן, רייז, און אזעלכע געוואוקסן ווי פאטעיטאס (קארטאפל). ווען מען טרינקט א גלעזל זיסע סאדע וועט דער קערפער אויפנעמען די צוקער אין די סאדע אזוי שנעל ווי 30 קאלאריס פער מינוט אבער ווען מען וועט עסן א רעפטל ברויט וועט עס נאר קענען ארויסנעמען די צוקער 2 קאלאריס פער מינוט.

וויבאלד דער קערפער דארף האבן אסאך בלוט צוקער ווערט געהאלטן אסאך דערפון אין די לעבער אין פאל עס וועט נישט זיין גענוג שפעטער.

פראטעינס

Postscript-viewer-blue.svg פראטעין

פראטעינס איז פונקט די פארקערטע פון קארבאהידראטן און איז פיל שטערקער. קארבאהידראטן זענען זיס און פליסיג און פראטעינס זענען ביטער און שטייף. דער הויפט טייל פון פראטעינס איז עסיד וועלכע איז 20 פראצענט פון דער מענטשליכער קערפער (60 פראצענט איז וואסער און די איבריגע זענען וויטאמינען און מינעראלן ווי קעלסיום אין די ביינער). די עסיד אין פראטעין איז איינגעטיילט צו צוויי טיילן, גלייסין און אלאנין. וועלכע ווערן באשאפן פון 100 אנדערע ערליי עסידס וועלכע געפינען זיך אין אלע געוואוקסן אין די וועלט. דער קערפער קען אויך באשאפן עסיד דורך פארשידענע כעמיקאל רעאקציעס וועלכע ווערן געשאפן אין די געדערים אבער די סארט עסיד ווערן אנגערופן די אומוויכטיגע עסידס. די וויכטיגע עסידס קען נאר קומען פון עסן און דער קערפער מוז דאס בסדר באקומען און אויב נישט שפירט מען דאס אין די ביינער ביז א קורצע צייט. די בעסטע קוועלער צו באקומען פראטעינס איז פון פלייש און גרינצייג. עס הייסט אז פלייש, מילך, און אייער פארמאגן צווישן זיך אלע טיילן פון פראטעין וועלכע דער קערפער דארף האבן און דערפאר איז וויכטיג זיכער צו מאכן אז מען עסט די דריי זאכן גענוג אפט צו האבן גענוג כוח. גרינצייג איז אויך גוט אבער טייל פון זיי האבן נישט גענוג עסיד טיילן. ניסלעך און באנדלעך זענען געווענליך אויך א גוטע קוואל פאר פראטעין. דער קערפער פארדייעט די פראטעינס און שיקט די וויכטיגע טיילן דערפון אינעם בלוט וועלכע שיקט דאס צו אלע צעלן. ווי פריער דערמאנט איז פראטעין ווי די ציגל צו א געביידע און דער קערפער קען נישט לעבן נאר פון קארבאהידראטן. א מענטש דארף האבן 0.36 גראם פראטעין פער יעדע פונט פון זיין קערפער. דאס הייסט אז אדורכשניטליכער 150 פונטיגער מענטש דארף האבן 54 גראם פראטעין. אויב מען עסט עטליכע רעפטלעך ברויט, א קען טונא אדער אן אייער, און א גלעזל מילך האט מען שוין איבער גענוג פראטעין וויפיל עס פעלט זיך אויס צום לעבן.


פעטנס

פעטנס איז אויל וועלכע איז קלעבעדיק. א מענטש באקומט פעטנס פון דריי קוועלער: פעטנס פון בהמות, פארשידענע עסנס וועלכע פארמאגט גרינצייג אויל, און געפרעגלטע עסן אין אויל. עס זענען פאראן צוויי ערליי פעטנס ווען מען אינדענטיפירציט זיי כאטש ביידע זענען די זעלבע. זיי זענען סעטורעיטעד פעטנס און אנסעטורעיטעד פעטנס. דער חילוק איז אז סעטועיטעד פעטנס איז פארגליווערט און הארט און אנסעטועיטעד פעטנס איז פיליסיג ווען עס איז אין א נארמאלע טעמפרעאטור. רוב פעטע עסנס פארמאגן ביידע סארט פעטנס איינע באהאלטן אין די אנדערע. אינעם קערפער ווערט די פעטנס גענוצט צו פראדוצירן ענערגיע (ברענשטאף) פאר דעם קערפער. די פארדייאונגס סיסטעם פארברענט די פעטנס און מאכט קערפער ברענשטאף דערפון וויפיל עס פעלט אויס און די איבריגע ווערט געהאלטן פאר שפעטער. פעטנס פארמאגט אויך אין זיך עטליכע וויטאמינען וועלכע דער קערפער דארף האבן. אין גענעראל איז פעטנס ווי א רעזערוו סיסטעם פאר דעם קערפער און אויב דער קערפער קען נישט פראדוצירן גענוג ענערגיע פון די פראטעינס און קארבאהידראטן וועט עס פארברענען פעטנס דאס צו באקומען פון דארט. ווען עס קומט צו רעכנען קערפער ענערגיע רעכנט מען דאס אין קאלאריס וועלכע איז א מאס פון וויפיל עס פארלאנגט זיך צו הייבן די טעמפרעאטור פון איין גראם וואסער צו איין דעגרי צעלסיוס. מיר נוצן די מאס נאר ווען מען רעכנט קערפער ענערגיע אבער אין אמת'ן קען מען דאס נוצן אויך אין סיי וועלכע ענערגיע מאס. א פונט פעטנס פארמאגט 3,500 קאלאריס וואס מיינט אז אראפצונעמען איין עקסטערע פונט פעטנס דארף מען פארברענען 3,600 קאלאריס דורך טאן איבונגן אדער דורך פארמינערן די מאס פון קעלאריס וואס מען עסט פאר א שטיק צייט. יעדע גראם פראטעין און יעדע גראם קארבאהידראט פארמאגן 4 קאלאריס. אויב איר געדענקט דאס קענט איר גרינג וויסן גענוי וויפיל קאלאריס איז נעמט אריין פער טאג דורך צוזאמענרעכנען וויפיל גראם פעטנ'ס, קארבאהידראטן, און פראטעין דאס עסן פארמאגט. אלע לעיבלס גיבן היינט די אינפארמאציע. דער דורכשניטליכער מענטש (5.10 פיס הויך און 174 פונט) דארף באקומען 2,900 קאלאריס פער טאג און די דורכשניטליכע פרוי (5.4 פיס הויך און 138 פונט) דארף באקומען 2,200 קאלאריס פער טאג.


וויטאמינען

Postscript-viewer-blue.svg וויטאמין

וויטאמינען זענען ארגאנישע באשטאנדטיילן וועלכע דער קערפער דארף האבן צו קענען פונקציאנירן געהעריג. א מענשט דארף האבן 13 ערליי וויטאמינען זיין זענען: וויטאמין עי, וויטאמין בי, וויטאמין סי, וויטאמין די, וויטאמין אי, וויטאמין קעי, פאנטאטעניק עסיד, און ביאטי. אינאיינעם האבן מיר נאר 8 וויטאמינען אבער וויטאמין בי איז ווייטער צעטיילט צו 5 ערליי וויטאמינען זיי זענען: וויטאמין בי-1, וויטאמין בי-2, וויטאמין בי-3, וויטאמין בי-6, וויטאמין בי-12, און פאליק עסיד. פון די 13 וויטאמינען זענען וויטאמינען עי, בי,סי,די,און אי. די וויכטיגסטע פאר'ן קערפער און עס קען זיך גרינג מאכן סיבות פארוואס מען זאל דארפן צונעמען איינע פון זיי. זעט צו וואס די וויטאמינען זענען וויכטיג:

וויטאמין A: איז גיט פאר די הויט און פאר די האר. אויב איר ווילט פטור ווערן פון אלע סארט פימפלעס און הויט אויסשלאגעס איז וויכטיג צוצונעמען מער פון דעם וויטאמין.

וויטאמין B: די וויטאמין איז א גרופע פון עטליכע וויטאמינען, אריינגערעכנט 1B, 2B, 6B, 12B, פאליק עסיד, ניאסין, און נאך. די אלע וויטאמינען דארף א מענטש האבן גענוג נאטורליך. אויב עס פעלט פון דעם וויטאמין וועט א דאקטאר דאס באמערקן אויף א בלוט-טעסט און וועט עס געבן. אלע וויטאמינס אין די וויטאמין B גרופע ווערן אנגערופן סינערדזשיסטיק וויטאמינס פון וועלכע מען מעג נישט האבן צופיל אויך נישט.

וויטאמין C: העלפט די אימון סיסטעם. די וויטאמין פעלט פאר אסאך מענטשן און עס קען נישט שאטן אויב מען נעמט מער. אויב מען האט גענוג פון דעם וויטאמין איז פאראן קלענערע שאנסן איבערצוכאפן פארקילעכטס און אלע ערליי ווירוסן. וויטאמין C דארף גענומען ווערן מיט אסאך פליסיקייט. עס איז וויכטיג צו טרינקן בעפאר און נאכדעם וואס מען נעמט עס איין.

וויטאמין D: די וויטאמין העלפט איינזאפן די קעלסיום אינעם קערפער. די וויטאמין באקומט מען נאטורליך פון זון שטראלן. אויב עס פעלט פון די וויטאמין קען מען זיך שטעלן אונטער די זון פאר א שטיק צייט יעדן טאג און דער פראבלעם וועט זיין געלעזט. אויב מען נעמט עס אין טאבלעטן איז וויכטיג דאס צו נעמען נאכ'ן עסן ווייל די וויטאמין וועט זיך נאר איינזאפן מיט פעטנס.

וויטאמין E: העלפט טראנספערירן אקסיגען אינעם קערפער. פארגעסט נישט אז אקסיגען איז וויכטיג פארן מוח צו קענען פונקציאנירן.

א נארמאלער געזונטער מענטש דארף נישט נעמען קיין צוגעגעבענע וויטאמינען אויב ער עסט נארמאל ווייל אלע וויטאמינען קומען אריין פון די פארשידענע עסן וואס מיר עסן און פון די זון וועלכע גוט וויטאמין די. וויאזוי אימער, איז פאראן פעלער ווען א דאקטאר קען פארלאנגען מען זאל צונעמען א וויטאמין צו ברענגען די וויטאמין שטאפל צו די נארמאלע סטאנדארטן.

מינעראלן

Postscript-viewer-blue.svg מינעראל

אנדערע וויטאמינען וועלכע מיר דארפן האבן אינעם קערפער זענען נישט וויטאמינען נאר מינעראלן און רוב מענטשן מישן אויף איינע מיט די אנדערע. זיי זענען: קאלציום, כלאר, כראם, קופער, פלואר, יאד, אייזן, מאגנעזיום, מאנגאן, פאספאר, קאליום, סעלעניום, נאטריום און צינק.

עס זענען פאראן נאך א רייע וויכטיגע מינעראלן וועלכע דער קערפער דארף באקומען אבער זיי קומען שוין אינאיינעם מיט געוויסע וויטאמינען אדער דורך אנדערע נאטורליכע וועגן. גענוי ווי ביי וויטאמינען דארף דער נארמאלער מענטש באקומען די אלע מינעראלן פון עסן נארמאל יעדן טאג.

וואסער

Postscript-viewer-blue.svg וואסער

ווי דערמאנט איז דער קערפער צוזאמענגעשטעלט פון 60 פראצענט וואסער. דער מענטש פארמאגט טאקע אסאך וואסער אבער ער גיט אויך ארויס אסאך וואסער דורך פארשידענע וועגן. א מענטש וואס רוהט גיט ארויס 40 אנסעס וואסער פער טאג. דאס וואסער גייט בעיקר ארויס דורך אטעמען, שוויצן, און ארויסגיין. אויב מען ארבעט שווער פארלירט מען אסאך וואסער און מען דארף כסדר טרונקן צו קענען האלטן די וואסער שטאפלן אויף די סטאנדארטע מאס. דער מענטש נעמט אריין אסאך וואסער פון די עסן וואס ער עסט, ספעציעל פרוכט און גרינצייג וועלכע פארמאגן גאר אסאך וואסער. אבער מען דארף אויך טרינקן וואסער אדער אנדערע געטראנקן וועלכע זענען אלע רוב וואסער.


פייבערס

Postscript-viewer-blue.svg פיבער

פייבער זענען די באשטאנדטיילן וועלכע דער קערפער קען נישט פארדייען. פייבערס באשטייען פון דריי סארטן: סעלולאס, העמיסעלולאס, און פעקטין. די דריי פייבער סארטן באקומט מען פון ווייץ, פרוכט, וואסער, און נאך פארשידענע געוואוקסן. בהמות האבן א גרעסערע נוצן פון פייבערס וויבאלד זיי פארמאגן א גרויסע צאל באקטעריע אין זייערע קערפער וועלכע פארברענען די פייבערס און מאכן זיי פאר קארבאהידראטן. אבער אין דעם מענטשליכן קערפער איז נישט פאראן גענוג באקטעריע דאס צו באווייזן און אלע פייבערס ווערן נישט בארירט דורך די פארדייאונגס סיסטעם און גייען באלד דורך.


מאס

Postscript-viewer-blue.svg מאס

א נארמאלע מענטש וואס עסט דריי מאלצייטן פער טאג באקומט אלעס וואס זיין קערפער דארף האבן פון די עסן. אויב מען עסט נישט וועט דער קערפער דארפן טאן עטליכע מיטלן צו נעמען ענערגיע. די ערשטע זאך וואס וועט פאסירן איז אז דער קערפער וועט אנהייבן נעמען קארבאהידראטן פון די רעזערוו וועלכע געפינט זיך אין די לעיבער. ווי געזאגט טוט די לעיבער אוועקלייגן אסאך בלוט צוקער גענוג אויף 12 שטונדן. ווען די רעזערוו סופליי איז אויסגענוצט וועט דער קערפער אנהייבן אויסברענען אנדערע באשטאנדטיילן דאס צו מאכן פאר בלוט צוקער. עס וועט נוצן אלע איבריגע פעטנס און אלעס אנדערש וואס ליגט אלס רעזערוו אינעם קערפער. ווען עס איז פארטיג מיט אלע פעטנס וועט דער קערפער ארויסציען יעדעס ביסל עסיד פון די בלוט און דאס איינטוישן צו בלוט צוקער. אזוי וועט עס גיין ווייטער און ווייטער ביז עס וועט שוין האבן אויסגעברענט יעדעס ביסל איבריג פעטנס אדער סיי וואס און דער קערפער וועט שנעל איינפאלן און דער מענטש וועט אומקומען (ה"י). דער מוח וועלכער קאנטראלירט דעם גאנצן קערפער קאנטראלירט אויך דער פארלאנג פאר עסן. ווען א מענטש איז הונגעריג איז נישט טייטש אז זיין בויך פארלאנגט דאס נאר עס איז זיין מוח וועלכע שיקט אים מעסעדזשעס אז ער דארף האבן עסן.


זע אויך

עסנווארג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!