רוי:עזר ווייצמאן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:עזר ויצמן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עזר ווייצמאן

עזר ווייצמאן (15טן יוני 1924 י"ג סיון ה'תרפ"ד - 24סטן אפריל 2005) איז געווען א הויכראניקער אפיציר אין צה"ל, פון די גרינדער פון די לופט קרעפטן, א פאליטיקער און פרעזידענט פון ישראל.

ביאגראפיע

ווייצמאן איז געבוירן געווארן אין תרפ"ד צו זיין פאטער יחיאל "חיליק" ווייצמאן און זיין מוטער יהודית (קרישעווסקי). זיין פאטער איז געווען א ברודער פון חיים ווייצמאן, דער ערשטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, און פארזיצער פון דער אלוועלטליכער ציוניסטישער באוועגונג.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט ער געדינט אלס פליער אין די קעניגליכע לופט קרעפטן פון גרויסבריטאניע. נאך דער מלחמה האט ער זיך אנגעשלאסן אין די אצ"ל און דערנאך אין דער הגנה.

זייענדיק א פילאט, האט ער געהאלפן גרינדן די אפטיילונג פון לופט פארטיידיגונג, ביי דער אומאפהענגיגקייט מלחמה, ביי דער זעקסטאגיגער מלחמה, איז ער געווען פון די פלאנירער פון דער אטאקע קעגן די אראבישע לענדער וואס האבן טייל גענומען אינעם קריג.

נאכן פארלאזן די ארמיי איז ער אריין אין פאליטיק, אנהייב אין ליכוד, וואו ער האט געדינט אלס פארטיידיגונג מיניסטער אונטער מנחם בעגין. ער האט דערנאך פארלאזט די ליכוד פארטיי, און זיך פארמאסטן מיט בנימין בן אליעזר אין א פארטיי וואס האט זיך אנגעשלאסן אין דער ארבעטס-פארטיי.

אין יאר 1992 האט ער רעזיגנירט פונעם כנסת, א יאר דערויף איז ער ערוויילט געווארן פרעזידענט אלס קאנדידאט פון די לינקע. אין 1998 איז ער ווידעראמאל ערוויילט געווארן צו א צווייטן טערמין, ער האט רעזיגנירט אין יאר 2000 נאך ווען ער איז געווארן פארדעכטיגט אין טון קרימינאלע פארברעכנס ווען ער איז געווען אין כנסת, ער איז קיינמאל נישט געווארן אנגעקלאגט.

משפחה

מיט זיין ווייב ראומה וויצמאן (שווארץ) האט ער צוויי קינדער, מיכל און שאול.



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!