רוי:סערגיי לאזארעוו
סערגיי לאַזאַרעוו (רוסיש: Сергей Вячеславович Лазарев, געבוירן דעם 1טן אפריל 1983) איז אַ רוסישער זינגער, טענצער און אַקטיאָר. ער איז געווארן באַרימט בעיקר פאַר זיין געזאַנג קאַריערע. סערגעי איז געווען אַ מיטגליד פון אַ קאפעליע גערופן סמאַש, אַ קאפעליע וואָס איז צעבראכן אין 2006.
לאַזאַרעוו איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, ביי 6-9 יאר האט ער טרענירט אויף גימנאַסטיק. ער האט אנגעהויבן זיין געזאַנג קאַריערע איידער דער עלטער פון צען ווען ער האט אנגעהויבן זינגען אין א כאָר פון קינדער און האט געוואונען עטליכע געזאַנג פארמעסטן פאַר קינדער. אין 1999 האט ער אנגעהויבן לערנען אין דראַמע שולע אין מאָסקווע, אַ תּלמיד גענומען טייל אין פראדוקציעס פון ראָמעאָ און דזשוליעט.
אין 2006 האט ער געענדיגט אין צווייטן אָרט אין דעם "טאנצן אויף אייז" פראגראם.
זינט די באַנדע איז צעגאנגען ארבעט סערגעי אויף אַ סאָלאָ קאַריערע אין 2008 איז ער געווען דער רוסישער רעפּרעזענאַטיוו ביים אייראוויזיע געזאנג קאנקורס 2016 אין שטאָקהאָלם, שוועדן, וואו ער האט באקומען דעם דריטן אָרט. סערגיי לאַזאַרעוו האט ווידעראמאל רעפרעזענטירט רוסלאַנד אין דעם 2019 אייראוויזיע געזאנג קאנקורס אין תל אביב, ישראל מיט דעם ליד "Scream", וואָס האט געוואונען דריטן אָרט נאכאמאל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!