רוי:סעמיאן גאלדין
סעמיאָן גאָלדין (העברעאיש: סמיון גולדין, רוסיש: Семен Гольдин, געב. אין 1967 אין האָמעל, ווייסרוסלאַנד, דעמאלט ראַטנפאַרבאַנד) איז אַ ישראלדיקער היסטאָריקער, אַ מומחה אויף דער געשיכטע פונעם פּוילישן און רוסלענדישן אידנטום.
לעבנסגעשיכטע
סעמיאָן גאָלדין איז געבוירן געוואָרן און אויפגעוואַקסן אין דער שטאָט האָמעל. נאָך דער דינסט אין דער סאָוועטישער אַרמיי האָט ער אין 1984 אָנגעקומען זיך לערנען אינעם אוניווערסיטעט פון דער שטאָט איוואַנאָוואָ, רוסלאַנד. אין 1991 האָט ער באַקומען די M.A. דיפלאם לויטן פאַך "געשיכטע פון רוסלאַנד".
אין 1992 איז סעמיאָן גאָלדין עולה געווען קיין ישראל. ער האָט זיך געלערנט אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אין 2005 פאַרטיידיקט זיין דאָקטאָר-דיסערטאַציע אויף דער טעמע "דאָס רוסישע אידנטום אונטער דער צאַריסטישער מיליטערישער פאַרוואַלטונג בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה". זינט 2006 שטייט סעמיאָן גאָלדין בראש פונעם טשייז-צענטער פאַר ייִדישע שטודיעס אויף דער רוסישער שפּראַך ביים העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער צענטער פירט אַ צעצווייגטע אונטעריכטערישע אַרבעט אין אוניווערזיטעטן פונעם געוועזענעם ראַטנפאַרבאנד – אין מאָסקווע, פעטערבורג, קיעוו, מינסק, לעמבערג, אָדעס אא"וו. זינט 2008 איז סעמיאָן גאָלדין דער דירעקטאַר פון נעווזלינס פאָרשערישן צענטער פאַר רוסישן און מזרח-אייראָפּעיִשן אידנטום ביים העברעאישן אוניווערסיטעט. ער וואוינט אינעם ישוב כפר-אלדד אין מדבר-יהודה.
אויסדערוויילטע פּובליקאַציעס
- "Revolution, Jews, and Antisemitism in Russia in the Early 20th Century", Jews in Eastern Europe, 38-39, nos. 1-2 (Spring – Fall 1999), pp. 145–150.
- "Deportation of Jews by the Russian Military Command, 1914-1915", Jews in Eastern Europe, 41 no. 1(Spring 2000), pp. 40–73.
- "Jews as Cosmopolitans, Foreigners, Revolutionaries: Three Images of the Jew in Polish and Russian Nationalist Ideology at the End of the Nineteenth to the Early Twentieth Century", European Review of History - Revue Européene d’Histoire (ERH), 17, no. 3 (June 2010), pp. 431–444.
- «Российское высшее командование и евреи во время Первой мировой войны: Корни негативного стереотипа», Мировой кризис 1914 – 1920 гг. и судьба восточноевропейского еврейства (под ред. Олега Будницкого), «Росспен», Москва, 2005, сс. 29 – 46.
- "The 'Jewish Question' in the Tsarist Army in the Early Twentieth Century", in: The Revolution of 1905 and Russia's Jews, edited by Stefani Hoffman and Ezra Mendelsohn, pp. 70–76. Philadelphia: University of Pennsylvania Press, 2008.
- «Евреи в документации российской контрразведки и российский военных трибуналов во время Первой мировой войны», Jews & Slavs, 19, edited by Wolf Moskovich and Leonid Finberg, pp. 132–145. Jerusalem – Kyiv, 2008.
- «"Еврей" как понятие в истории имперской России», Понятия о России: Историческая семантика имперского периода, т. II, (под. ред. Алексей Миллера и Дениса Сдвижкова), Москва, 2012, сс. 340 – 391.
- "הלאומיות ב"מכתבים על היהדות הישנה והחדשה" מאת שמעון דובנוב בהקשר הרוסי והפולני", ציון, גליון 3, 2112, עמ' 317 – 340.
- Русская армия и евреи.1914-1917 (די רוסישע ארמיי און די אידן. 1914 - 1917), "גשרי תרבות", מאסקווע - ירושלים, 2018
דרויסנדיגע לינקס
- סעמיאָן גאָלדין רעדט וועגן שלמה זנד'ס בוך "מתי ואיך הומצא העם היהודי?" (אויף רוסיש)
- סעמיאָן גאָלדינס אַרטיקל "מאָדערניזאַציע, נאַציִאָנאַליזם און אידנטום אין מזרח-אייראָפּע אין 19טן - אָנהייב 20טן יאָרהונדערט" (אויף רוסיש)
- וועגן סעמיאָן גאָלדינען אויפן וועבזייטל פון נעווזלינס צענטער (אויף ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!