רוי:סעגוועי
דער סעגוויי PT (ענגליש: Segway PT) איז א עלעקטרישער סקוטער וואס האלט א זעלבסשטענדיגע באלאנס אויף צוויי רעדער דורך די טעכנאלאגיע פון דזשייראסקאופ סענסארס. דער סעגוויי איז ערפינדן געווארן דורך דין קעימען, אן אמעריקאנער אינווענטאר.
טעכנאלאגיע
דער סעגוויי האט אין זיך א זעלבסט באלאנס דאס מיינט אז דער סקוטער האלט זיך באלאנסירט אויף ארויף יעדע רגע, טראץ וואס ער האט נאר צוויי רעדלעך וואס וואלטן זיך נארמאלערהייט תיכף איבערגעדרייט.
זאל זיין וואס זאל זיין וועט זיך דער סקוטער נישט איבערדרייען. אויב וועט איר פארן מיט אים זייער שנעל און מאכן א פלוצלינגן אפשטעל וועט ער ווייטער בלייבן מיט'ן קאפ ארויף. אפילו אויב איר וועט אים אראפבייגן ביז די ערד, ווען איר וועט אים אויסלאזן וועט ער זיך געבן א שטעל צוריק גראדערהייט.
ווען דער סעגוויי וועט פארן שנעל און זען אז א מענטש אדער אויטא אדער גאר אן אנדערע סעגוויי קומט אים אנטקעגן, וועט זיך עס אויטאמאטיש פארלאנגזאמען און פארמיידן אן עקסידענט. ער איז ספעציעל אזוי געבויט אז אפילו ווען ער זאל שוין יא אריינקראכן (צום ביישפיל איינער וועט אריינשפרונגן גאר שנעל פארנט פון זיין נאז) וועט דער קלאפ נישט זיין שטערקער ווי א קלאפ ווען צוויי מענטשן שטויסן זיך אן אומגעראכטן. אויב עס וועט יא פאסירן אן ערנסטע עקסידענט איז עס ספעציעל אזוי דעזיינט אז אפילו אויב האלב פון דעם סקוטער וועט זיך צוברעכן וועט די אנדערע העלפט בלייבן שטיין און דער פאסאזשיר וועט נישט אזוי שטארק געשעדיגט ווערן.
די צווייטע קונצליכסטע זאך אין דעם סקוטער איז די סטירלינג מאטארן וועלכע ווערן היינט ווייניג גענוצט צוליב זייער טייערקייט. סטירלינג מאטארן מאכן נישט קיין גערודער אין דריזעלט נישט. די סטירלינג מאטאר וואס עס פארמאגט איז קלענער ווי א געווענליכער בוך, אבער פארמאגט כוחות צו פירן א 250 פונטיגן מענטש מיט 75 פונט פראכט איבער צוויי שטונדן.
די באטעריעס זענען גאר שטארק און פארגעשריטן. עס איז פיצל, אבער גיט ארויס מער ענערגיע ווי סיי וועלכע באטערי וואס איז דריי מאל אזוי גרויס האט בעפאר ארויסגעגעבן.
דער סקוטער האט צוויי באטעריעס וועלכע קענען ריטשארדשט ווערן אין זעקס שטונדן דורך איינשטעקן זיי צו יעדן עי.סי. פלאג. איינע פון די קונצן זענען אז דאס ריטשארדזשען זעקס שטונדן וועט נישט קאסטן מער ווי 5 צענט עלעקטריציטעט (א געווענליכע באטעריע וועט אין צוויי שטונדן נוצן מער עלעקטיריסיטי).
זיך אויסלערנען נוצן דעם סעגוויי נעמט אביסל טרענירונג. עס ארבעט מיט די באוועגונגען פון דעם מענטש. ווען מען וויל אנהייבן פארן דארף מען נישט מער ווי טראכטן אז מען וויל אנהייבן פארן. די טבע פונעם מענטש איז אז ווען ער וויל גיין פאראויס וועט זיך זיין קערפער געבן א ריר פאראויס. דער קאמפיוטער אינעם סקוטער כאפט אויף זיין באוועגונג און הייבט אן פארן. דאס זעלבע איז מיט אפשטעלן און זיך דרייען.
די סעגוויי קען פארן מיט א שנעלקייט פון 12.5 מ.פ.ש. און קען אנציען ארום 24 מייל מיט איינמאל טשארדזשן.
ספעציפיקאציעס
שנעלסטע ספיד: 12.5 מייל פער שטונדע. דאס איז בערך דריי מאל אזוי שנעל ווי גיין צופוס.
וואג: 80 פונט.
ברייט: דער פוס דרוק (דאס פלאץ וואס עס נעמט אויף אויף די ערד) איז 19 ביי 25 אינץ'עס. דאס איז בערך אזויפיל פלאץ וויפיל א געווענליכער מענטש נעמט אויף. די פלאטפארמע איז 8 אינץ'עס העכער די ערד.
ווייטקייט: ארום 17 מייל אויף גלייכע ערד מיט איין מאל טשארדזשען. אויף בערגיגע ערד, ארום 11 מייל.
קאמפיוטער: צוויי באזונדערע סירקוטס וואס ארבעטן מיט 10 מייקראפראסעסארס. אויב איינס צוברעכט זיך קען נאך די אנדערע ווייטער פונקציאנירן.
סענסארס: זעקס גיראסקאפ סענסארס (א גיראסקאפ סענסאר שפירט ווען ער איז גלייך). פאר'ן סעגוויי איז עס דאס וויכטיגסטע טייל. די סענסארס שיקן מעסעדזשעס צום קאמפיוטער ווען זיך צו בייגן אביסל אהין אדער צוריק. דער קאמפיוטער צינד אן די מאטארן וועלכע פירן אויס די ארבעט צו האלטן דעם סקוטער גלייך. דער סעגוויי ברויך נאר האבן דריי אזעלכע סענסארס, די אנדערע צוויי זענען פאר זיכערהייט. א זעקסטער סענסאר שפירט ווען א מענטש האט ארויפגעטרעטן.
רעדלעך: געמאכט פון גלאזערנע ריאינפארסט טערמאפלאסטיק. די שטערקסטע מאטריאל פלאסטיק וואס איז היינט דא אויף די מארקעט. די רעדלעך זענען געאייגענט אויך ווען עס איז נאס און אפילו ווען עס שנייט.
זיכערהייט: דער סעגוויי פארמאגט אן עלעקטראנישן סעקיוריטי סיסטעם. דער שליסל, וועלכע קוקט אויס ווי א קאר ציגעראט צינדער, האט אין זיך א דידזשיטעל קאוד. אינעם שליסל קען פראגראמירט ווערן ספעציעלע אנגעשטעלטקייטן פאר יעדן מענטש באזונדער. ווען מען לייגט אריין דעם שליסל דאס ערשטע מאל וועט דער סקוטער נאך נישט פארן מיט'ן מאקסימום ספיד צוליב זיכערהייט סיבות.
קאנטראל: א קליינער סקרין ווייזט אלע פונקציעס אויב זיי ארבעטן גוט און אויך וואו די באטערי האלט. די הויך פונעם סעגוויי קען צוגעשטעלט ווערן לויט די באקוועמליכקייט פון יעדן מענטש.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!