רוי:נאס

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:סניז)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Petit Sammy éternue.jpg

א נאָס, אדער ווי אנדערע רופן עס: ניס, איז לופט שליים, שמוץ און וואסער, ארויסגעשאסן מיט אן עקספלוזשען פון א מויל און די נאז מיט אן אויסערגעווענליכע קראפט און קען גרייכן פון צען ביז צוואנציג פיס ווייט.

א נארמאלער נאָס שיקט ארויס פון זיך צווישן צוויי ביז פינף טויזנט באקטעריע אין דער לופט.

אפילו אז לויט טייל דאקטורים איז א נאָס פון א געזונטן מענטש נישט שעדליך און קען קיינעם נישט טאן קיין שאדן. אבער וויבאלד מ'קען דאך נישט וויסן ווער עס איז פארקילט, דארף מען זיך היטן און דאס נישט טאן נעבן אנדערע מענשטען, מען רעדט שוין נישט פון דעם וואס איז זייער נישט איידל, און עס איז זייער אומאנגענעם צו ווערן באשפּריצט פון א מבול פּיטשינקע נאסע שמוציגע שליימיגע טראָפּנס וואס קומען ארויס פון א פרעמדן מענטשנס מויל און נאָז, און דער גערוך און עקל וואס דאס ברענגט.

א מענטש וואס ליידט פון א פארקילונג, אדער פון א קלעפּיגער און אָנשטעקנדער קראנקייט, קען דורך אַן אומשולדיגן נאָס אָנשטעקן צענדליגע מענטשן מיט דער זעלבער קראנקייט פון וועלכע ער ליידט. אויב איינער ליידט פון א פארקילונג, הוסט און ניסט, דארף ער זוכן נישט צו קומען צווישן מענטשן און אנשטעקן אנדערע מיט זיין קראנקייט.

אפילו ווען עמיצער איז נישט קראנק און ליידט נישט פון א קאָלד אבער ער פילט פלוצלינג אז ער מוז טאן א הוסט אדער א נאָס, דארף ער זיך אוועקדרייען אין אַ זייט אדער זיך צוהאלטן די נאז און מויל מיט די הענט, מיט א טאשנטיכל אדער אָפּוויש-פאַפּיר.

ווען איינער מאַכט אַ נאָס הערט זיך אַן אָפּקלאַנג: "האַ-טשו".

דער גורם צו דעם נאָס איז אז די הארעלעך פון נאז דערשפירן פרעמדע שטויבעלעך אדער שארפע גערוכן וואס זיי מיינען אז דאס אומגערופענע שמוץ וואס ווילן אינוואדירן דעם אינווייניגסטן קערפער, און די הארעלעך זענען אזוי ווי מינעס וואס עקספלאוידן, און ווערט אקטיוויזירט דורך דעם סענסער אלארם מיט אן אטאטמאטישער רעאקציע דאס ארויסצטרייבן מיט קראפט. דעריבער ווען א מענשט ניסט זאגט מען אים צום געזונט אדער אין ענגליש בלעסס יו, אדער אין העברעיש לבריאות, אים צו דערמאנען ווי גליקלעך ער איז אז זיין נאָס האלט אים לעבעדיג און ווארפט ארויס שעדליכע באצילן וואס ווילן אים קראנק מאכן און הרגענן.

ווען מען ניסט קען מען נישט האלטן אפן די אויגן ווייל די נאז און אויגן נערוון זענען שטארק פארבינדן.

אמאל פון אנפאנג פון די וועלט באשאף ביז די צייט פון יעקב אבינו פלעגן מענטשן שטארבן און אוועקגיין פון דער וועלט פלוצלינג, נאר דורך געבן א נאָס, און אזוי אויסהויכען די נשמה. דאס האט זיך אבער געטוישט ווען יעקב אבינו האט מתפלל געווען צום אויבערשטען אז מענטשען זאלען נישט אוועקגיין פלוצלינג, נאר זאלען זיין קראנק בעפאר, כדי מען זאל זיך קענעון געהעריג צוגרייטען צום טויט, און קענען געהעריג צוואה לאזען פאר די קינדער א.א.וו.

דער באשעפער האט צוגעהערט זיין געבעט, און אים געזאגט אז טאקע פון דיר וועט מען אנהויבען, און יעקב אבינו איז געווען די ערשטער מענטש זייט די בריאה צו זיין קראנק, ווי עס שטייט ארויס אין פסוק אין תורה אין פרשת ויחי "ויוגד ליוסף לאמר הנה אביך חולה", "און עס איז פארציילט געווארן פאר יוסף אזוי צו זאגן: אט איז דיין טאטע קראנק געווארן", און דעריבער ווען א מענטש ניסט וואונטשט מען אים "אסותא", דאס מיינט אויף א אראמיש א "רפואה", אין אויף אידיש "א היילונג", ווייל ביז דעמאלטס פלעגט מען אוועקגיין פון דער וועלט דורך געבן א נאָס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!