רוי:נח זאלודקאווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

נח זאַלודקאווסקי (תרי"ט - תמוז תרצ"א; באקאנט אלס נח לידער) איז געווען א חזן און גלייכצייטיג א גרויסער ת"ח, אזש ער האט באקומען סמיכה פאר רבנות פונעם ראגאטשאווער גאון.

זאלודקאווסקי איז געבוירן אין יאר תרי"ט אין א קליין שטעטל באווראץ, וואס געפינט זיך נעבן גראדנא (הוראדנא), ליטע.

שוין פון קינדווייז אן האט ער שיין געזינגען. ווען ער איז געווארן בר מצוה, האט אים זיין פאטער געשיקט לערנען אין דער ישיבה אין זשעטל. דערנאך איז ער געפארן לערנען קיין סלאנים, וואו ער האט שפעטער חתונה געהאט.

ער האט געדינט אין חזנות אין די שטעט מייטשעט, סלאנים און לידא.

שפעטער איז ער אוועק פון לידא צוליב א קהל'ישער מחלוקה, און געגאנגען קיין ווילנא דאווענען אין די ימים נוראים.

שפעטער איז ער אויפגענומען צו זיין חזן אין די שטאט וואלקאוויסק, דערנאך איז ער אריבער קיין בריסק, און פון דארט איז ער אריבער קיין קאליש וואו ער איז געווען חזן פערציג יאר צייט.

אין תרע"ד ווען עס האט אויסגעבראכן דער ערשטער וועלט קריג, האט ער אין איילעניש פארלאזט קאליש און אריבער קיין ראסטאוו, און איז דארט פארבליבן אינעם הויז פון זיין זון ר' אלי' און דארט געדינט אין חזנות ביז דער קריג האט זיך געענדיגט.

דערנאך איז ער צוריקגעפארן אהיים, און מאריך ימים געווען ביז חודש תמוז אין יאר תרצ"א ווען ער איז אוועק אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר.

זיינע פיר קינדער אלי', יוסף, יעקב און שאול האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און האבן געדינט אלס חזנים איבער די וועלט.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!