רוי:משכונות פארהאנדלונג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

משכונות פארהאנדלונג איז א פראדעצור וועלכע ווערט געווענליך געטאן דורך א ספעציעלע אפטיילונג אין א פאליציי דעפארטמענט וועלכע זענען טרענירט צו פארהאנדלן מיט געפארפולע פארברעכער אין א משכונות סצענע.

משכונות פארכאפונג איז די שווערסטע קרימינאלע געשעעניש פאר די לאו ענפארסמענט אגענטורן וויבאלד עס לייגט אריין ציווילע מענטשן אין אן ערנסטע סכנה זייענדיג אונטער די הענט פון קאלטבלוטיגע מערדער און קענען יעדע ליאדע מינוט אומקומען דורך די אויסטויש פון פייער צווישן די פארברעכער און די פאליציי. די לאו ענפארסמענט אגענטורן פארמאגן ספעציעלע אפיצירן וועלכע זענען טרענירט צו פארהאנדלן מיט די פארכאפער, זען וואס זיי ווילן און אויסארבעטן א פלאן מיט די פאליציי וויאזוי צו ענדיגן די פארכאפונג אין פרידן און אויב אוממעגליך מיט די ווייניגסטע פאטאליטעטן וואס מעגליך.

די פאליציי זאגט אז רוב משכונות פארכאפונגן ענדיגן זיך אין פרידן ווען די פארכאפטע שפאצירן ארויס מיט די הענט אין די הייעך און די פארכאפער ווערן ארעסטירט. אבער נישט שטענדיג איז דאס דער פאל און די פאליציי איז געצווינגן צו שטורעמען די געביידע אדער הויז וואו די משכונות ווערן אויפגעהאלטן קעגן זייער ווילן. דער פארהאנדלער דארף טאן א מייסטער ארבעט צו האלטן רואיג די פארכאפער וועלכע זענען געווענליך נערוועז און אליינס דערשראקן צום טויט און אין דער זעלבער צייט פארשטיין וואס זיי ווילן און ווי ווייט זיי וועלן גיין דאס צו דערגרייכן.

נאר אויב דער פארהאנדלער קען נישט קומען צו קיין לעזונג דעמאלט וועט די פאליציי מאכ'ן פלענער וויאזוי צו שטורעמען די געביידע אין א סורפרייז.

א משכונות סיטואציע

משכונות פארכאפער קענען וועלן אסאך זאכן און איין סצענע איז נישט אנדערש ווי די צווייטע. אין גענעראל קענען די סיטואציעס אריינגיין אין 3 קאטעגאריעס וועלכע זענען:

1) די פארכאפער ווילן באקומען עפעס אנגעהויבן פון געלט, זיכערהייט, פארלאזן דאס לאנד, און קען אנטהאלטן קאמפליצירטע פאליטישע צילן.

2) די פארכאפער מיינען נישט די משכונות נאר א דריטע פארטיי וועלכע זאל זיי צושטעלן עפעס אלס אן אויסטויש פאר די משכונות וועלכע זיי האלטן.

3) פארכאפער וועלכע ארבעטן נישט פאר זיך אליינס נאר זענען א סימבאלישע ווערט ווי עס איז געווען דער פאל מיט די באקאנטע 972' משכונות פארכאפונג אין מוניך, דייטשלאנד, אין וועלכע די געשעעניש האט געצילט די מדינת ישראל רעגירונג.

אין יעדע משכונות פארכאפונג איז פאראן דריי טריט וויאזוי די געשעעניש אנטוויקעלט זיך. די ערשטע טייל איז די ווילדע טייל וויאזוי די פארכאפער פארכאפן זייערע משכונות און טרעפן א גוטע פלאץ וואו זיי צו אקאמאדירן זיי זאלן נישט קענען געזען אדער געהערט ווערן פון די פאליציי. איינמאל די פאליציי אפיצירן זענען שוין באשטימט אויף זייערע ערטער און דער פארהאנדלער האט געמאכט קאנטאקט מיט די פארכאפער און זיי גיבן איבער זייער פארלאנג דעמאלט איז דער ערשטער טייל פאראיבער און מען גייט אריין אינעם צווייטן טייל וועלכע איז פארהאנדלן.

די פארהאנדלונג פראדעצור קען געדויערן פון 10 מינוט ביז עטליכע מאנאטן. די משכונות ווערן אינדערצווישן געהאלטן אויף די זעלבע ארט און די פאליציי מאכט קאנטאקט מיט די פארכאפער לויט וויאזוי די מצב אנטוויקעלט זיך. דער לעצטער טייל איז די ענדע וועלכע איז געווענליך אז די פארכאפער גיבן זיך אונטער אין פרידן און לאזן יעדן ארויס אומגעשעדיגט. אבער אמאל ענדיגט זיך דאס אנדערש ווען די פאליציי שטורעמט דאס פלאץ וואו די משכונות ווערן אויפגעהאלטן און שיסן די פארכאפער אדער ארעסטירן זיי. אמאל איז אויך פאראן א פאל ווען די משכונות באקומען זייערע פארלאנגן און ווערן געלאזט פריי מיט אן אויסגערעכנט'ן פלאן זיי שפעטער צו כאפן.

דער מצב מיט די משכונות טוישט נישט די פלענער פון די פאליציי און אפילו אויב איין משכון ווערט געשאסן דורך די פארכאפער גייען די פארהאנדלונגן ווייטער אן. אין די ענדע פון א משכונות דראמא קען פיל מאל זיין אז איינע אדער עטליכע פון די משכונות זענען טויט אדער שווער פארוואונדעט. אין אזעלכע פעלער איז דאס רוב מאל די ארבעט פון די פארכאפער וועלכע טוען די רציחות צו צייגן זייער ערנסטקייט אדער צו באשטראפן א משכון וועלכע פאלגט נישט זייערע רעגולאציעס. אין געוויסע פעלער קען דאס אויך זיין אן אומדירעקטן קרבן פון די פייער אויסטויש ווען די פאליציי שטורעמט די געביידע.

די פארכאפער

די ערשטע זאך וואס דער פארהאנדלער טוט אין א משכונות פארכאפונג איז געוואויר צו ווערן ווי מער אינפארמאציע איבער די פארכאפער און זייערע מאטיוון. נאכדעם וואס מען באטראכט די פערזענליכע אינפארמאציע פון די פארכאפער פרעגט זיך די פראגע פארוואס האט יענער פארכאפט משכונות. עס קען זיין עטליכע סיבות דערצו. רוב משכונות פעלער פאסירט דורך א פארברעכער וועלכע פארכאפט משכונות נאכדעם וואס ער זעט אז ער איז אויף צרות און ער איז צעמישט און נערוועז און פארכאפט איינס אדער עטליכע מענטשן אלס א מיטל זיך צו באשיצן פון די פאליציי וועלכע יאגן אים נאך. אין אזא פאל איז דאס נישט אויספלאנירט פון פאראויס. אזעלכע פעלער פאסירן זייער אפט און יעדע פאליציי דעפארטמענט איז שוין דורכגעגאנגן אזעלכע פעלער.

נאכדעם זענען פאראן משכונות פארכאפונגן וועלכע זענען אויספלאנירט פון פאראויס דורך געלט צייגער, טעראריסטן, אדער אנדערע ראדיקאלע גרופעס. די פארכאפער ארבעטן אויס פון פאראויס אלע פלענער וואו זיי וועלן פארכאפן די מענטשן, וועמען זיי וועלן פארכאפן, וואו זיי וועלן זיי אויפהאלטן, און וויאזוי זיי וועלן אנטלויפן נאכדעם וואז זייערע פארלאנגן וועלן נאכגעגעבן ווערן (פאסירט געווענליך נישט). אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז די פארכאפער נעמען די משכונות אלס אן אויסטויש פאר זייערע פארלאנגן און אויב דאס ווערט נישט נאכגעבן וועלן זיי אומברענגן די משכונות אלס א שטראף. אבער נישט שטענדיג איז אפילו פאראן אן אנטלויף פלאן און די פארכאפער ווילן פשוט באקומען אביסל איטענשאן מען זאל רעדן פון זיי און אזוי וועט זייער גרופע ווערן פאפולער.

קינדנעפינג איז אויך אמאל די זעלבע ציל ווי א משכונות פארכאפונג אבער דארט איז דאס פלאץ וואו דער קרבן געפינט זיך און די אינדענטיטעט פון די פארכאפער פארהוילן און די פארכאפער גיבן אנווייזונגן פאר די פאליציי דורך באהאלטענע מעסעדזשעס. א משכונות פארכאפונג איז פונקט פארקערט. די פארכאפער זענען אפען מיט זייער אינדענטיטעט און דאס פלאץ וואו די משכונות ווערן פארהאלטן זענען אין רוב פעלער באקאנט.

דער פארהאנדלער און זיינע טאקטיקן

ביי יעדע משכונות פארכאפונג זענען די צוויי וויכטיגסטע מענטשן דער קאמאנדיר וועלכער האט די אויטאריטעט איבער די פאליציי און דער פארהאנדלער וועלכע קאמיוניקירט דירעקט מיט די פארכאפער. דער פארהאנדלער מוז דירעקט זיין א מענטש וועלכע איז געמאכט נאר פאר דעם און דער קאמאנדיר קען נישט זיין דער פארהאנדלער אפילו ער פארשטייט דערצו ווייל דער הויפט געדאנק איז צו ווייזן פאר די פארכאפער אז דער פארהאנדלער איז א פרידליכער מענטש אן קיין וואפן און פארהאנדלט צווישן די פאליציי און די פארכאפער. דער פארהאנדלער דארף פרובירן אפשטופן אולטימאטום'ס וועלכע די פארכאפער גיבן כדי צו געבן מער צייט פאר די פאליציי זיך אנצוגרייטן אדער מער אפצושוואכן די פארכאפער און שפעטער וועט זיין גרינגער זיי צו ברעכן.

דער פארהאנדלער פארשט אויס די אינדעטיטעט פון די פארכאפער וועלכע ווערט איבערגעגעבן דורך די פאליציי און דערנאך הייבט ער אן זיין ארבעט אין וועלכע ער שטעלט צו א קאמיוניקאציע מיטל מיט די פארכאפער און הייבט זיי אן אויספרעגן ווערן זיי זענען און וואס זיי ווילן און לויט דעם באשלוסט ער וואס ווייטער צו טאן. אין יעדע פלאנירטע פארכאפונג איז געווענליך פאראן א פירער פון די גרופע און דער פארהאנדלער דארף אויסגעפינען ווער דאס איז און מאכן קאנטאקט נאר מיט אים. יעדע פאל איז אן אנדערע סיטואציע און דער פארהאנדלער וועט האנדלן אנדערש מיט א דעפרעסטער פארכאפער ווי מיט א קאלט בלוטיגע פלאנירער.

אמאל מאכט זיך אז א פשוט'ער מענטש ווערט דער פארהאנדלער צי ווייל ער איז נאנט מיט די פארכאפער (ווי עס איז אסאך מאל דער פאל מיט א קרימינאל וועלכער באשיצט זיך מיט א משכון) אדער ווייל ער איז פערצופאל געווארן פארמישט אין די סיטואציע ווי עס איז געווען דער פאל ביי די 975' משכונות דראמא אין די אמעריקאנער קאנסולאט אין מאלאזיע וואו די פארכאפער האבן אנגערופן די אמבאסאדע צו מעלדן זייער פארכאפונג אין פערצופאל האט א יונגער אמבאסאדאר אפיציר אויפגעהויבן די טעלעפאן און ער איז פארבליבן דער פארהאנדלער זינט די פארכאפער האבן נישט געוואלט רעדן צו א צווייטן נאר צו אים. אין אזעלכע פעלער וועלן די פאליציי געווענליך שיקן א פראפעסיאנאלע פארהאנדלער ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט.

א הויפט ציל וואס די פארהאנדלער פרובירן אין יעדע משכונות סצענע איז צו פארלענגער'ן די סצענע ווי מער ווייל די היסטאריע האט געוויזן אז ווי לענגער דער שפיל געדויערט אלס בעסער זענען די שאנסן עס זאל זיך ענדיגן בשלום. דער פארהאנדלער פרובירט צו רעדן מיט זיי ווי מער און זאגט זיי כסדר אז ער וועט נאר קענען געבן אן ענטפער ביז א שטיק צייט און אזוי שלעפט ער די צייט מער און מער און די פארכאפער קענען שוין אמאל חרטה האבן אדער אפגעשוואכט ווערן, גיבנדיג דעם פארהאנדלער מער שאנסן זיי צו ברעכן אדער די פאליציי זיי בייצוקומען אויב עס פעלט אויס.

דער פארהאנדלער וועט אין יעדע פאל פארהאנדלן מיט די פארכאפער איבער די וואוילזיין פון די משכונות. ער באפעלט די פארכאפער זיי צו געבן עסן און מעדיצין, אויב נויטיג, אויב זיי ווילן מען זאל נאכגעבן די פארלאנגן. דער פארהאנדלער פרובירט אויך אין יעדע פאל אויב עס איז פאראן מער ווי איין משכון די פארכאפער זאלן ארויסלאזן עטליכע משכונות, ספעציעל פרויען און קינדער. דאס העלפט אסאך דעם פארהאנדלער און אויך די פאליציי ווייל די משכונות קענען געבן אינפארמאציע וואס טוט זיך אפ אינעווייניג און בכלל מעכט עס גרינגער אן אקציע פון די פאליציי אויב עס פעלט זיך אויס פשוט ווייל עס זענען פאראן ווייניגער מענטשן וועמען מען דארף באשיצן.

א הויפט טעכניק פון א פארהאנדלער איז צו ווייזן אז ער איז רואיג און נאכאנאנד זאגן פאר די פארכאפער אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן צעביסלעך. דער פארהאנדלער וועט קיינמאל נישט ענטפערן אויף א פארלאנג ניין. נאר וועט דאס אפשטופן אדער זאגן אז ער דארף פרעגן די העכערע אויטאריטעטן. ווען די פארכאפער זעען אז מען גייט רואיג ווערן זיי אויך רואיגער און מען קען מיט זיי גרינגער פארהאנדלן.

נאך א וויכטיגע זאך וואס דער פארהאנדלער דארף טאן איז צייגן פאר די פארכאפער אז ער פארשטייט זייער סיטואציע און זייערע פארלאנגן און וועט טאן אלעס וואס ער קען אלס א פארמיטלער. דער פארהאנדלער דארף אנקניפן א נאנטשאפט צו די פארכאפער און זיי דארפן איינזען אז ער איז באגלייבט. מיט דער צייט וועט דער פארהאנדלער אפעלירן צו די משכונות און פארשטיין געבן די פארכאפער די אומשולדיגקייט פון זיי און וועט אריינברענגן א געפיל צו די משכונות אז די פארכאפער זאלן נישט טשעפען די משכונות אזוי שנעל.

אין 975' ביי א משכונות פארכאפונג אויף א באן אין האלאנד האט א געלונגענער פארהאנדלער געארבעט אויף די געפילן פון די פארכאפער וועלכע האבן שפעטער ארויסגעלאזט איינעם וועמען זיי האבן אויסגעקליבן צו דערשיסן אלס א סטראשע. דער מענטש האט געוויינט פאר די וואוילזיין פון זיין פאמיליע און די פארכאפער האבן אים נישט געקענט שיסן ווייל זייערע געפילן האבן דאס נישט צוגעלאזט און זיי האבן אנשטאט ארויסגעווארפן דעם מענטש פון די באן אומגעשעדיגט. שפעטער ווען זיי האבן אויסגעקליבן אנדערע מענטשן צו דערשיסן האבן זיי באלד געשאסן בעפאר יענע האבן געהאט די ברירה זיך צו בעטן און אזוי האבן זיי יא געקענט דורכפירן די מערדערייען.

אין 980' האבן בריטישע כוחות סוקסעספול געשטורעמט אן אמבאסאדע (פרינסעס געיט) ווען דער פארהאנדלער האט געהאלטן אינמיטן רעדן מיט דעם הויפט פון די פארכאפער און אזוי האבן די פארכאפער נישט דערשפירט גענוג שנעל אז די פאליציי כוחות רוקן זיך אריין אין די געביידע. אלע, אויסער איינער, פון די 24 משכונות זענען געראטעוועט געווארן א דאנק וואס מען האט איבערגעצייגט די פארכאפער זיי זאלן פריער ארויסלאזן עטליכע משכונות וועלכע די פאליציי האט גענוצט אלס אינפארמאציע וויאזוי אלעס קוקט אויס פון אינעווייניג.

מאכן א געשעפט אדער נישט

פארשטייט זיך אז מען קען נישט נאכגעבן די פארלאנגן פון די פארכאפער ווייל אויב יא וועט פארקומען פארכאפונגן יעדן טאג. דער פארהאנדלער דארף פרובירן צו מאכן א געשעפט מיט די פארכאפער אז מען וועט זיי נאכגעבן נאר געוויסע זאכן און דאס איז אויך נאר אויס זיי וועלן אנשטאט דעם באהאנדלן געהעריג די משכונות אדער ארויסלאזן עטליכע פון זיי. די געשעפטן וואס מען מאכט מיט פארכאפער ווערט געהאלטן א סוד וויבאלד אנדערע פארברעכער זאלן זיך נישט צוכאפן צו אזעלכע מעשים.

ווען עס קומט צו פאליטישע פארכאפונגן וועלן די רעגירונגן וואס זענען פארמישט דאפרן מאכן די באשלוסן וואס מען זאל יא און נישט נאכגעבן די פארכאפער און זיי דארפן זיכער מאכן ווי ווייט מעגליך אז די וועלט ווייסט נישט וואס מען האט נאכגעגעבן די פארכאפער כדי אנדערע זאל דאס נישט טאן. אין גענעראל איז די פאליסי אז מען גיט נישט נאך קיין פארלאנגן און טאקע דערפאר זענען היינט פאראן ווייניגער משכונות פארכאפונגן ווי אמאל. אמעריקע, רוסלאנד, און מדינת ישראל זענען באקאנט אלס לענדער וועלכע גיבן קיינמאל נישט נאך פאר פארכאפער, ספעציעל טעראריסטן.

אבער שטענדיג איז פאראן אן אויסנאם און יעדע סיטואציע קען זיין אנדערש. אויב עס זענען פארכאפט קינדער אדער וויכטיגע פאליטישאנס איז מען געווענליך ווייכער צו די פארכאפער. אין 985' ביי די חיזאבאלא היידזשעקינג פון טי-דאבעליו-עי פלייט 847 האט די איזראעלישע רעגירונג נישט געהאט קיין ברירה און נאכגעגעבן די טעראריסטנ'ס פארלאנג מען זאל ארויסלאזן 700 ארעסטאנטן פון מדינת ישראל טורמעס. אלע משכונות זענען פריי געלאזט געווארן אויסער איין אמעריקאנער וועלכע איז געשאסן געווארן.

ביי די היסטארישע 972' אלימפיק פארכאפונג אין דייטשלאנד (אין וועלכע 8 איזרעאלישע שפילער זענען פארכאפט געווארן נאכדעם וואס עטליכע זענען אומגעברענגט געווארן אין די פארכאפונג) האט מדינת ישראל בשום אופ'ן נישט געוואלט נאכגעבן די טעראריסטן און אנשטאט האט מען זיי נאכגעגעבן א פארלאנג זיי צו טראגן מיט א באס צו צוויי העליקאפטערס אין וועלכע זיי וועלן פארן צו די עירפארט און מיטנעמען די משכונות צו זייערע דעסטינאציעס. די דייטשע פאליציי האבן געהאפט אז ביים עירפארט וועלן זיי קענען שטורעמען די טעראריסטן אבער עס איז דורכגעפאלן ווען אלע משכונות זענען אומגעקומען אינאיינעם מיט א פאליציי אפיציר און איין פילאט. 5 טעראריסטן זענען אומגעקומען און 3 זענען געכאפט געווארן.

רוסלאנד צום ביישפיל האט אסאך געליטן צוליב איר שטייפע שטעלונג קעגן טעראריסטן. אין צוויי פעלער ( די פארכאפונג פון א טעאטאר און שפעטער די בעסלאן סקול פארכאפונג) זענען הונדערטער משכונות אומגעקומען ווען די רוסישע כוחות האבן געשטורעמט די געביידעס נישט וועלנדיג נאכגעבן די טשעטשניער טעראריסטן.

פון די אנדערע זייט איז פראנקרייך באקאנט אלס א נאכגעבער צו פארכאפער און טאקע דערפאר האבן זיי אסאך געליטן פון פארכאפונגן אין די 70'ער און 80'ער יארן. אין געוויסע פעלער האבן די פארכאפער אפילו נישט אויסגעפאלגט די אפמאכונגן ווייל זיי האבן געוואוסט אז די פראנצויזישע וועלן אלעס נאכגעבן צוריק צו באקומען די משכונות.

היינט צו טאג קומען פאר ווייניג היידזשעקינגס און אנדערע פארכאפונגן נאר א דאנק וואס טעראריסטן ווייסן אז מען גיט זיי נישט נאך און זיי מאכן נישט אזעלכע פלענער. אבער משכונות פארכאפונגן קומען יא פאר אינלאנד דורך קרימינאלן וועלכע בלאקירן זיך אין הייזער אדער געביידעס מיט איינס אדער מערערע משכונות. אין רוב פון די פעלער באווייזן די פארהאנדלער צו ברענגן דער פארכאפער צו די פאדערשטע טיר אן קיין וואפן אין די הענט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!