רוי:מיינץ

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:מגנצא)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מיינץ אדער מַגנצא איז א שטאט ביים ריין טייך אין דרום-מערב דייטשלאנד. איר באפעלקערונג איז געווען 200,234 אום 2007. מיינץ איז די הויפטשטאט פון ריינלאנד-פאלץ.

אין מיינץ האבן געוואוינט רבינו גרשום, דער פייטן רבי שמעון הגדול און דער מהרי"ל.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אלס א לאגער פארן רוימישן מיליטער נאך אין דער צייט פונעם בית שני, בערך אום ג'ש"כ. אום יאר ד' האבן שוין אידן געוואוינט אין מיינץ.

די עיקר אנטוויקלונג פון דער יידישער קחילה אין מיינץ איז געווען ווען די קלונימוס פאמיליע פון לוקא, איטאליע, האט זיך באזעצט אין מיינץ. גענוי ווען דאס איס געווען איז תלוי במחלוקת—טייל זאגן אום ד'תר"ס און אנדערע זאגן ד'ת"ס. ס'איז דא א מיינונג אז ר' אמנון, דער מחבר פון ונתנה תוקף, איז אויך געקומען קיין מיינץ צוזאמען מיט ר' משה ב"ר קלונימוס.[1]


געאגראפיע

מיינץ איז אויף דעם מערב ברעג פון דעם ריין טייך, קעגנאיבער דעם צוזאמפלוס פון דעם מיין מיטן ריין. די באפעלקערונג אום 2007 איז געווען 200,234. מיינץ געהערט צום ריין מעטרא שטח וואס באשטייט פון 5.8 מיליאן מענטשן. מען קען אנקומען קיין מיינץ גאנץ גרינג פון פראנקפורט אינטערנאציאנאלן פלוגפארט אין 25 מינוט מיטן צופארער באן.

די שטאט באשטייט פון 15 דיסטריקטן.

50°0′0″N 8°16′16″E / 50.00000°N 8.27111°E / 50.00000; 8.27111 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

רעפערענצן

  1. דור דור ורבניו, קשר גליון פח

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!