רוי:ליכט-שטייער
דער "ליכט־שטייער", וואָס איז איינגעפירט געוואָרן אין יאָר 1777, און אין יאָר 1816 האָט מען אים שוין געהאט פארדרייפאכט. דאָס אינטערעסאנטסטע דערביי איז, אז דער ליכט־שטייער איז געווען א ריין־אידישע דערפינדונג. אין יאָר 1795 האָט אַ אידישער סוחר מיטן נאָמען שלמה קאָעלער פאָרגעשלאָגן דער רעגירונג, אַז אַ שטייער פון ליכט־בענטשן וואָלט געקאָנט אַריינברענגען אַרום 200.000 גולדן. אַזוי ווי אויף געלט זענען די עסטרייכישע באַאַמטע שטענדיק געווען זשעדנע, האָבן זיי זיך אָנגעכאפּט אין דעם פּראָיעקט און פאָרגעלייגט דעם קייזער די גרויסע המצאה. קיינער איז נישט געווען אַזאַ בעל־עסקן אויף נייע הכנסות ווי טאקע דער קייזער אַליין. אָבער פונדעסטוועגן, זייענדיג אַליין אַ פרומער קלעריקאל, האָט ער געהאט ספקות צי עס איז ריכטיג אָנצוגרייפן רעליגיעזע מנהגים און האָט אָנגעפרעגט ביי זיין אידן־עקספּערט הערץ האמבערג, צי דאָס וועט נישט זיין קיין גרויסע עוולה פאַר אידן. נאָכדעם ווי האמבערג האָט דעם קייזער פאַרזיכערט, אַז ליכט־בענטשן איז נישט אַזאַ טיפער רעליגיעזער מנהג, האָט דער קייזער דעקרעטירט דעם נייעם שטייער. (האמבערג האָט נאָך געפונען אַן אנדער אויסרייד. ער האָט באַרואיגט "זיין מאַיעסטעט", אז דער שטייער וועט נישט זיין קיין פאַרבאָט קעגן ליכט־בענטשן, נאָר אַ שטייער פאַר ליכט־בענטשן).
דער ליכט־שטייער האָט אָנגעהאַלטן אין משך פון אַ האַלבן יאָרהונדערט, צאפּנדיג פון די אידן, לויט דער צאָל פון די ליכט, פון פינף ביז דרייסיג קרייצער אַ ליכטל. צו דער זעלבער צייט איז דער ליכט־שטייער געווען אַ צייכן פון וואל־בארעכטיגונג צו דער קהילה. נאָר אַ שטייער־צאָלער פון ווייניגסטנס זיבן ליכט האָט געקענט זיין א וויילער, און מיט איין ליכט מער, האָט ער אפילו געקענט אויסגעוויילט ווערן אין דער אַדמיניסטראַציע פון דער קהילה.
- Candle Tax