רוי:לודוויג זאץ
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "לודוויג זאץ".
לודוויג זאַץ (18טן פעברואר 1891 - 31סטן אויגוסט 1944[1]) איז געווען אן אקטיאר אין יידיש טעאטער און פילם, מערסטער באוואוסט פאר זיינע קאמישע ראלעס. אין 1925 האט דער ניו יארק טיימס אים באשילדערט דעם גרעסטן יידיש קאמיקער אין זיין צייט.[2]
זאץ איז געבוירן אין לעמבערג, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט לוויוו, אוקראינע] און איז נפטר געווארן אין ניו יארק סיטי.[1]
ער איז אויך געווען א פאפולערער זינגער אויף דער אידישער שפראך אין די אמעריקאנער טעאטערס.
ער האט איבערגעלאזט עטליכע רעקארדן נאך זיך, וואו מען קען הערן זיינע ניגונים.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 לודוויג זאַץ ביי דער אינטערנעץ פילם דאטנבאזע
- ↑ Melamed, S.M., "The Yiddish Stage", New York Times, Sep 27, 1925 (X2)
ֿ
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!