רוי:צווייטע לבנון מלחמה

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ישראל לבנון קאנפליקט)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לבנון קריג 2006

טאנקען שיסן



דאטום ה'תשס"ו ;12 יולי - 14 אויגוסט 2006
ארט דרום לבנון / צפון ישראל
רעזולטאט מחלוקת
די זייטן וואס קעמפן
ערשטע זייט צווייטע זייט
טעקע:Hizballah.jpg כעזבאלא אין לבנון Flag of Israel.svg ישראל
פארלוירענע פון דער ערשטער זייט
קעמפער: 36 סאָלדאַטן, ארום 600 טעראָריסטן, 21 געפאַנגענע
בירגער: 1,100
טאטאל: איבער 1,857
פארלוירענע פון דער צווייטער זייט
קעמפער: 119 + 2 געפאַנגענע
בירגער: 44
טאטאל: 163


לבנון קריג 2006 (אין ישראל די צווייטע לבנון מלחמה), איז דער נאמען פון צה"ל'ס אקט קעגן דער חיזבאלא אין דרום זייט פון לעבענאן. דער אקט האט זיך אנגעהויבן י"ז תמוז ה'תשס"ו, אין פארלויף פון 34 טעג ביז כ' אב. צוליב דעם וואס די כעזבאלא האבן פארכאפט צוויי ישראלישע סאלדאטן. ביי דער מלחמה האבן כעזבאלא ארויס געשאסן 3,900 ראקעטן אויף צפון זייט פון ישראל, 12,000 בלאקן געשעדטיק. די צאל פון די טויטע ביי 163 ישראליען (פון זיי 119 סאָלדאַטן און 44 בירגער) און ארום 1,736 ליבאנאנער ווען ארום 600 פון זיי זענען כעזבאלא קעמפערס.

די פארכאפונג איז געקומען באלד נאך וואס די כאמאס האבן אויך פארכאפט א סאלדאט מיט א פאר טעג צוריק מיטן ציל זאל מדינת ישראל באפרייען געפאנגענע טעראריסטן, אין דעם שוואוּנג האבן די כיזבאלא אויך דאס געטון מיטן זעלבן ציל צו באפרייען זייערע מענטשן פון די ישראלישע תפיסה.

די צה"ל זענען ארויס מיט געווער קעגן די חיזבאלא און האבן דערווייל צושאסן הונדערטער צילן ריכטונגען אין ליבאנאן און אין איר הויפט שטאט ביירוט כדי צו אומבריינגען די כעזבאלא פון גרעניץ און זאלן נישט קענען אין דער צוקונפט שיסן מער ראקעטן אדער פאנגען ישראליער.

פון וועגן די ראקעטן וואס האבן געפאלן אויף צפון זייט ישראל, האבן טויזנטער מענטשן אראפגענידערט צו דרום זייט ישראל בשעת דער מלחמה.

די שאצונג פון שאדן פאר מדינת ישראל שטייט ביי 9 מיליארד שקל.

די מלחמה האט זיך געצויגן 34 טעג. כ' אב איז אפגעקומען א פייער שטילשטאנד צווישן ביידע זייטן נאך וואס דער יו-ען האט אפגעמאכט אז א פרעמדע מיליטער וועט זיך פארזוימען ביים גרעניץ פון לבנון און אפהיטן די כעזבאלער פון טעראר אטאקעס אויף ישראל. אויך זאלן די כעזבאלער זיך איינבייגן און לאזן די לבנונער מיליטער הערשן אויף דרום זייט פון לבנון.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!