רוי:יודענדויטש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יוּדענדויטש (דייטש: Judendeutsch), אויך גערופן דייטשע אידיש אדער דייטשע העברעאיש, איז א אידישע שפראך וואס מען האט גערעדט צווישן די אידן וואס האבן געוואוינט אין די דייטשע געגנטער - איבערהויפט איז עס געווען די מוטער שפראך אין די פראנקפורטער געטא.

עס איז בעיקר באשטאנען פון ווערטער גענומען פון אלט דייטש געמישט מיט לשון הקודש, ווערנדיג געשריבן מיט די העברעאישע אלף בית.

די שפראך איז שטארק באנוצט געווארן ביז ווען דייטשלאנד איז געווארן מער ליבעראל צו די אידן און זיי האבן זיך געקענט אויסשפרייטן ארויס פון די געטאס, וואס דאן האבן די דייטשע אידן אנגעהויבן צו נוצן די געהעריגע גערעדטע דייטשע שפראך פון די שכנים ארום אדער די אידישע שפראך וואס די אידן פון די דערנעבנדיגע לענדער האבן גערעדט.

פערזענליכקייטן וואס האבן געשריבן אין די שפראך

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!