רוי:טורעם פון לאנדאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באקוק פונעם טורעם פון דעם טעמז

דער טורעם פון לאנדאן (אפיציעל איר מאיעסטעטס קעניגליכער פאלאץ און פעסטונג) איז א מיטל־עלטערישע נארמאן שטיינערנע פעסטונג אין לאנדאן, ענגלאנד, אויפן צפון ברעג פונעם טעמז. ער איז אן אונעסקא וועלט ירושה ארט.[1]

דער טורעם געפינט אין דער לאנדאנער בארא פון טאר האמלעטס, נישט ווייט פון דער סיטי פון לאנדאן, אריבער טורעם בערגל.

דער גאנצער טורעם נעמט איין דעם ווייסן טורעם און נאך עטליכע געביידעס, ארומגענומען מיט צוויי קייטן פון מויערן און א שוצגראבן.

פונעם אנהייב דעם 14טן יארהונדערט ביז טשארלס דער צווייטער האט די פראצעסיע צו דער באקרוינונג פון דעם מאנארך אין וועסטמינסטער אבי אנגעהויבן פונעם טורעם פון לאנדאן.

היסטאריע

די פעסטונג האט געבויט דער מלך וויליאם דער באהערשער, אנהייבנדיק אין 1078. דער עיקר צוועק פון דער פעסטונג איז געווען צו שיצן נארמאנע הערשאפט.

פונעם אנהייב פונעם 12טן יארהונדערט האט מען געניצט דעם טורעם פאר א טורמע.

אין 1255 האט דער מלך הענרי דער דריטער ארעסטירט 50 אידן פון לינקאלן און האט זיי געהאלטן אין דעם טורעם פון לאנדאן; 18 פון זיי האט ער געהאנגען.

אין דעם 12טן און 13טן יארהונדערטער האט מען פארברייטערט די פעסטונג אונטער די מלכים ריטשארד דער לייבהארץ, הענרי דער דריטער און עדווארד דער ערשטער.

רעפערענצן

  1. אונעסקא, "טורעם פון לאנדאן"; דערגרייכט 2012-4-19. (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!