רוי:רבי חיים קרייזווירטה

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:חיים קרייסווירטה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב חיים קרייסווירטה (ה'תרע"ח - ט"ז טבת ה'תשס"ב) איז געווען דער אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה, אנטווערפן קנאַפע פופציג יאר.

לעבנסגעשיכטע

חיים קרייסווירטה איז געבוירן אין וואויניטש, מערב-גאליציע, אין יאר תרע"ח צו זיינע עלטערן הרב אברהם יוסף שערמאן און פערל קרייסווירטה. ער איז באקאנט געווארן ווי דער "קראקעווער עילוי". ביי די פופצן יאר איז ער שוין געווען א מגיד שיעור אין ישיבות. ער איז אנגעקומען אין דער ליטע וואו ער האט חתונה געהאט מיט מרת שרה,[1] די טאכטער פון רבי אברהם גראדזינסקי, דער משגיח פון דער סלאבאדקער ישיבה און מחבר פון "תורת אברהם" (דערמארדעט כ"ט תמוז תש"ד). אין ת"ש, ווען די נאציס זענען אריין אין פוילן, האט מען אים ארויסגעפירט אין וואלד כדי צו שיסן אים. ווען דער נאצי האט אים געהאלטן ביי שיסן, האט ער געבעטן רשות צו דאווענען. ער האט געדאוונט צום אייבערשטן, "ראטעווע מיך בזכות מיין לערנען תורה, און טאמער דאס איז נישט גענוג, ראטעווע מיר פון טויט בזכות וואס איך האב געטון פאר ר' ישעיה'לע משנה".[2] רבי חיים האט געווארט אויפן שאס, אבער דער דייטשער זעלנער האט געקווענקלט. "זעט, איך אויך האב א ווייב מיט קינדער אין דייטשלאנד. דו זעסט אויס אן ארדנטליכער מענטש, און איך וויל נישט הרגענען אזא יונגן מענטש אצינד. כ'וועל שיסן צוויי מאל אין דער לופט כדי מ'זאל מיינען אז איך האב דיך געהרגעט, און דו אנטלויף וואס גיכער.[3]

זיי זענען אנטלאפן אין מאסקווע, און פון דארט זענען זיי ענדלעך אנגעקומען אין ארץ ישראל, וואו רבי חיים האט ממשיך געווען לערנען.

אין תש"ח איז ער געווארן באשטימט ראש ישיבה אין שיקאגא, און ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז תשי"ד, ווען מען האט אים באשטימט אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן.

ער איז נפטר געווארן אין אנטווערפן ט"ז טבת תשס"ב. מען האט אים אריבערגעפירט אין ארץ ישראל און באערדיגט אין הר המנוחות. זיין אלמנה איז נפטר געווארן כ' סיון תשע"ב אין לעיקוואד, אמעריקע.[4]

משפחה

די קינדער פון הרב חיים און מרת שרה זענען איין זון און איין טאכטער:

  • רבי דוב צבי פון לעיקוואד, ראש ישיבה פון מרכז התורה אין ירושלים, האט געהייראט מרת לאה גיטל לייפער, טאכטער פונעם פיטסבורגער רבי[5]
  • פנינה, די רביצין פון איר שוועסטער־קינד רבי פינחס זעלעוואנסקי פון ירושלים

רעפערענצן

  1. געבוירן אין קאוונע
  2. ר' ישעיה'לע משנה איז געווען א בלינדער עלטערער ייד, אן אייניקל פון רבי מרדכי פון קרעמניץ. ער איז אנגעקומען אין א ישיבה אין ווארשע פון ראוונע. די ישיבה האט נישט געהאט גענוג בעטן פאר די בחורים, אבער רבי חיים האט געהאט אן אייגענעם בעט זייענדיק א מגיד שיעור. ער האט זיין בעט אוועקגעגעבן צו ר' ישעיה'לע, און ער אליין האט געשלאפן א גאנץ יאר אויף דער קאלטער פאדלאגע.
  3. משפחה, 11טן יאנואר 2012
  4. זי איז געווען אלט 91. אירע געשוויסטער זענען רבי יצחק גראדזינסקי פון בני ברק, די ווייב פון רבי שלמה וואלבע, און די ווייב פון רבי ברוך ראזנבערג וואס איז געווען ראש ישיבה פון דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק.
  5. דאס אידישע ליכט, תשרי תשכ"ח

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!