רוי:חיים מענדל מערמלשטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חיים מנחם מענדל מערמלשטיין
געבורט מונקאטש, אונגארן
פטירה כ"ד חשון תשמ"ו
פאך בדחן

ר' חיים מנחם מערמלשטיין (ה'תרפ"אכ"ד חשון, תשמ"ו), באקאנט אלס ר' חיים מענדל, איז געווען א בארימטער בדחן אין די אמעריקאנער אידישע געמיינדע, וואס האט משמח געווען ביי חתונות און שמחות. ער איז געווען דער אפיציעלער גראמער און בדחן ביי גרויסע רבי'שע חתונות און מאורעות, ספעציעל ביי רבי חיים מאיר האגער און ביים סאטמארער רבי'ן רבי יואל טייטלבוים. ער ווערט באטראכט אלס דער "מלך הבדחנים" פון די יארן נאכ'ן צווייטן וועלטס קריג, און באקאנטע שפעטערע בדחנים - ווי יעקב מילער - פאררופן זיך אלס זיינע תלמידים.

ביאגראפיע

נוסח המציבה
"משמח אלוקים ואנשים"

זאת מצבת קבורת
הרה"ח חיים מנחם ע"ה
ב"ר אברהם יצחק ע"ה
מערמעלשטיין
חתנים שמח וכלה בהינומה
יר"א ושלם ומידתו תרומה
ידען וחכים ותורתו תמימה
מוצל מאש מהשואה האיומה
מנחם משיב נפש ונשמה
נח לעמו ואמרתו נעימה
חרוזים ארג בדעת ומזימה
מוקיר רבנן כמה וכמה
בר ונקי מעוולה ואשמה
אהוב לביתו ולראש האומה
בן טובין ודעתו שלמה
רגש ומסור למשפחתו הרמה
הדור בלבושו ובעל קומה
מרבה שלום ומשיב חמה
יסורים קבל בחיבה ודממה
צדקות אהב ושנא מרמה
חסיד במעשיו ותפלתו תמה
קנקן יקר מלא חכמה
נפטר בשם טוב בן ס"ה שנים
אור לעש"ק כ"ד מרחשוון

תשמ"ו

ר' חיים מענדל איז געבוירן געווארן צו ר' אברהם יצחק מערמלשטיין אין שטאט מונקאטש, אונגארן. ער האט אלס קינד געוויזן זיינע טאלאנטן ווען ער פלעגט זיך שטעלן גראמען פאר זיינע חברים אין די הפסקות, פאר וועלכע זיי האבן אים באצאלט מיט קנעפלעך.

דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה איז ער געווען אין די אונגארישע ארבעטס-בריגאדעס (מונקא טאבאר), וואו ער האט זיך איינגעפירט צו דערמינטערן די צעבראכענע אידן נאכ'ן טאג ארבעט, און זיין הומאר און גוטמוטיגקייט האט געהאלטן ביים געמיט די אידן ארום אים אין די שווערע צייטן. איין טאג האט ער דערקלערט "היינט איז מיר איינגעפאלן עפעס וואס איז אפילו פאר'ן פרעזידענט נישט איינגעפאלן!". ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז זיין געוואלדיגער איינפאל, האט ער געענטפערט "היינט איז מיר איינגעפאלן מיין בעט!"

נאך דער קריג האט ער פאר א קורצע תקופה זיך צוריק באזעצט אין מונקאטש, וואו ער האט ווייטער געדינט אלס בדחן פאר דער שארית הפליטה. ער האט משמח געווען ביי אזויפיל ווי דרייסיג חתונות אין איין ל"ג בעומר, און האט באגלייט צענדליגער יתומים אויף זייער וועג צום חופה.

נאך א קורצע צייט האט ער עמיגרירט קיין ניו יארק, וואו ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן אין א גוי'אישן פאבריק, און נאר ביינאכט האט ער משמח געווען ביי חתונות. אין יענע יארן פלעגט ער זיך שערן דעם בארד. ווען עס איז אונטערגעוואקסן דער קומענדיגער דור און די צאל חתונות האבן זיך פארמערט, האט ער - אויף די עצה פון סקווירער רבי'ן - געהויבן דעם פרייז פאר זיין בדחנות, כדי צו קענען אויפגעבן זיין ארבעט אין פאבריק און לאזן וואקסן דעם בארד.

ר' חיים מענדל איז נפטר געווארן כ"ד חשון תשמ"ו, און איז באערדיגט געווארן אין וויזשניצער בית החיים אין מאנסי. זיין מצבה איז געווארן געשריבן און געשטעלט דורך אן אנאנימער איד, אנגעבליך אן איינוואוינער פון פלעטבוש.

שטייגער און פערזענליכקייט

ר' חיים מענדל האט געהאט א ספעציעלן שטייגער אין בדחנות, באזירנדיג זיינע חרוזים אויף פסוקים און מאמרי חז"ל, ספעציעל ווען ער האט זיך געשטעלט פאר רבנים און ראשי ישיבות. ער פלעגט זאגן אז "בדחן" איז גימטריא צוויי מאל "לב", ווייל זיינע רייד דארפן זיין יוצאים מן הלב ונכנסים אל הלב. אויך האט ער געזאגט אז בדחן איז ראשי תיבות "נ'ישט ח'לילה ד'ברים ב'טלים".

ער האט געהאט א נאנטע פארבינדונג מיט פילע רביים, וועלכע האבן הנאה געהאט פון זיין סטיל. אלס קינד האט ער אום פורים אויסגעשפילט א סדר נאכט פאר רבי חיים אלעזר שפירא. ער איז געווען דער רעגלמעסיגער בדחן ביים שושן פורים טיש פון דער סאטמארער רבי, וועלכער פלעגט אויסהערן מיט א שמייכל און צומאל זיך ווערטלען מיט אים אויף צוריק. דער וויזשניצער רבי בעל אמרי חיים האט זיך אויסגעדריקט אז ר' חיים מענדל איז אים ממש מחיה, און האט אים אנגעוואונטשן ער זאל משמח זיין ביי אלע זיינע אייניקלעכ'ס חתונות, וואס איז טאקע מקוים געווען.

טראץ זיין ראלע אלס בדחן, איז ער פערזענליך געווען אן ערנסטער מענטש און א תלמיד חכם. יעדן פרייטאג צונאכטס פלעגט ער פארלערנען א שיעור אין אור החיים פאר א גרופע אידן וועלכע זענען צוזאמגעקומען ביי אים אין שטוב, און מוצאי שבת פלעגט ער לערנען מיט א חברותא פונעם זמן ביז נאנט צו חצות.

צו ליינען מער

  • "ר' חיים מענדל היה אומר...", המודיע, י"ב אדר א', תשע"א
  • "יהודים של פורים", המבשר קהילות, י"ב אדר, תשע"ח

דרויסנדיגע לינקס