רוי:זשיל ראזיע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

זשיל ראזיע, 2016

זשיל ראָזיע (פראַנצויזיש: Gilles Rozier, געב' 1963) איז א יידישער און פראנצויזישער דיכטער און פּראָזאַיקער.

ראזיע איז געבוירן געוואָרן אין 1963 אין לאַ-טראַנש לעבן גרענאָבל, פראַנקרייך. ער האט זיך געלערנט אין דער פּאַריזער הויכשול פאַר עקאָנאָמיק און ביזנעס. אין 1997 האָט ער באַקומען אַ דאָקטאָראַט פונעם פּאַריזער אוניווערסיטעט. אויפן סמך פון זיין דיסערטאַציע האָט ער אַרויסגעגעבן אין 1999 אַ מאָנאָגראָפיע אויף פראַנצויזיש וועגן משה בראָדערזאָן (דערשינען אין איבערזעצונג אויף פויליש אין לאָדזש אין 2008). דעביוטירט מיט לידער אויף יידיש אין די 90ער יאָרן. זיך געדרוקט אויף די שפּאַלטן פון "די פּען" (אָקספאָרד", "ירושלימער אַלמאַנאַך", "טאָפּלפּונקט" (תל אביב). רעדאַגירט די פּאַריזער ליטעראַרישע צייטשריפט "די גלגולים". איבערגעזעצט אין פראַנצויזיש ווערק פון ציליע דראָפּקין, אברהם סוצקעווער און א ריי אנדערע יידישע און העברעישע מחברים. שרייבט אויך פּראָזע אויף פראַנצויזיש. ראזיע וואוינט אין פּאַריז.

P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!